Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און די גאַנצע ערד איז געװען אײן שפּראַך און אײנע װערטער. 2 און עס איז געװען, אַז זײ האָבן געצױגן אין מזרח, האָבן זײ געפֿונען אַ פּלױן אין לאַנד שִנעָר, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. 3 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: קומט לאָמיר מאַכן ציגל און אױסברענען אין אַ ברענערײַ. און די ציגל איז זײ געװען פֿאַר שטײן, און לײם איז זײ געװען פֿאַר װאַפּנע. 4 און זײ האָבן געזאָגט: קומט לאָמיר אונדז בױען אַ שטאָט, און אַ טורעם מיט זײַן שפּיץ אין הימל, און לאָמיר אונדז מאַכן אַ נאָמען, כּדי מיר זאָלן ניט צעשפּרײט װערן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. 5 האָט גאָט אַראָפּגענידערט צו זען די שטאָט און דעם טורעם, װאָס די מענטשנקינדער האָבן געבױט. 6 און גאָט האָט געזאָגט: זע, זײ זײַנען אײן פֿאָלק, און אײן שפּראַך איז בײַ זײ אַלעמען, און דאָס איז ערשט אַן אָנהײב פֿון זײער טאָן, און אַצונד װעט פֿון זײ ניט פֿאַרמיטן װערן אַלץ װאָס זײ טראַכטן צו טאָן. 7 קומט לאָמיר אַראָפּנידערן, און צעמישן דאָרטן זײער שפּראַך, אַז זײ זאָלן ניט פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערנס שפּראַך. 8 און גאָט האָט זײ צעשפּרײט פֿון דאָרטן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און זײ האָבן אױפֿגעהערט בױען די שטאָט. 9 דרום האָט מען גערופֿן איר נאָמען בבל, װײַל דאָרטן האָט גאָט צעמישט די שפּראַך פֿון דער גאַנצער ערד, און פֿון דאָרטן האָט זײ גאָט צעשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד.
10 דאָס זײַנען די געבורטן פֿון שֵמען: צו הונדערט יאָר האָט שֵם געבאָרן אַרפַּכשַדן, צװײ יאָר נאָכן מבול. 11 און שֵם האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אַרפַּכשַדן, פינף הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 12 און אַרפַּכשַד האָט געלעבט פֿינף און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן שֶלַחן. 13 און אַרפַּכשַד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֶלַחן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 14 און שֶלַח האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן עֵבֶרן. 15 און שֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן עֵבֶרן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 16 און עֵבֶר האָט געלעבט פֿיר און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן פֶּלֶגן. 17 און עֵבֶר האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן פֶּלֶגן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 18 און פֶּלֶג האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן רְעון. 19 און פֶּלֶג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן רְעון, צװײ הונדערט יאָר און נײַן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 20 און רְעו האָט געלעבט צװײ און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן שׂרוגן. 21 און רְעו האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שׂרוגן, צװײ הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 22 און שׂרוג האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן נָחורן. 23 און שׂרוג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נָחורן, צװײ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 24 און נָחור האָט געלעבט נײַן און צװאַנציק יאָר, און האָט געבאָרן תֶּרַחן. 25 און נָחור האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן תֶּרַחן, הונדערט יאָר און נײַנצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 26 און תֶּרַח האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן אבֿרמען, נָחורן, און הָרָנען. 27 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון תֶּרַחן: תֶּרַח האָט געבאָרן אבֿרמען, נָחורן, און הָרָנען; און הָרָן האָט געבאָרן לוטן. 28 און הָרָן איז געשטאָרבן בײַם לעבן פֿון זײַן פֿאָטער תֶּרַחן, אין לאַנד פֿון זײַן געבורט, אין אור-כַּשׂדים. 29 און אבֿרם און נָחור האָבן זיך גענומען װײַבער; דער נאָמען פֿון אבֿרמס װײַב איז געװען שָׂרַי, און דער נאָמען פֿון נָחורס װײַב איז געװען מִלכָּה, די טאָכטער פֿון הָרָן, דעם פֿאָטער פֿון מִלכָּהן און דעם פֿאָטער פֿון יִסכָּהן. 30 און שָׂרַי איז געװען אַן עקרה, זי האָט ניט געהאַט קײן קינדער. 31 און תֶּרַח האָט גענומען זײַן זון אבֿרמען, און זײַן אײניקל לוט, דער זון פֿון הָרָנען, און זײַן שנור שָׂרַי, די װײַב פֿון זײַן זון אבֿרמען, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט זײ פֿון אור-כַּשׂדים, צו גײן קײן לאַנד כּנַעַן. און זײ זײַנען געקומען ביז חָרָן, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. 32 און די טעג פֿון תֶּרַחן זײַנען געװען צװײ הונדערט יאָר און פֿינף יאָר. און תֶּרַח איז געשטאָרבן אין חָרָן.
עברית
1 וֽ͏ַיְהִ֥י כָל־הָאָ֖רֶץ שָׂפָ֣ה אֶחָ֑ת וּדְבָרִ֖ים אֲחָדִֽים׃ 2 וֽ͏ַיְהִ֖י בְּנָסְעָ֣ם מִקֶּ֑דֶם וֽ͏ַיִּמְצְא֥וּ בִקְעָ֛ה בְּאֶ֥רֶץ שִׁנְעָ֖ר וַיֵּ֥שְׁבוּ שָֽׁם׃ 3 וַיֹּאמְר֞וּ אִ֣ישׁ אֶל־רֵעֵ֗הוּ הָ֚בָה נִלְבְּנָ֣ה לְבֵנִ֔ים וְנִשְׂרְפָ֖ה לִשְׂרֵפָ֑ה וַתְּהִ֨י לָהֶ֤ם הַלְּבֵנָה֙ לְאָ֔בֶן וְהַ֣חֵמָ֔ר הָיָ֥ה לָהֶ֖ם לַחֹֽמֶר׃ 4 וַיֹּאמְר֞וּ הָ֣בָה נִבְנֶה־לָּ֣נוּ עִ֗יר וּמִגְדָּל֙ וְרֹאשׁ֣וֹ בַשָּׁמַ֔יִם וְנַֽעֲשֶׂה־לָּ֖נוּ שֵׁ֑ם פֶּן־נָפ֖וּץ עַל־פְּנֵ֥י כָל־הָאָֽרֶץ׃ 5 וַיֵּ֣רֶד יְהוָ֔ה לִרְאֹ֥ת אֶת־הָעִ֖יר וְאֶת־הַמִּגְדָּ֑ל אֲשֶׁ֥ר בָּנ֖וּ בְּנֵ֥י הָאָדָֽם׃ 6 וַיֹּ֣אמֶר יְהוָ֗ה הֵ֣ן עַ֤ם אֶחָד֙ וְשָׂפָ֤ה אַחַת֙ לְכֻלָּ֔ם וְזֶ֖ה הַחִלָּ֣ם לַעֲשׂ֑וֹת וְעַתָּה֙ לֹֽא־יִבָּצֵ֣ר מֵהֶ֔ם כֹּ֛ל אֲשֶׁ֥ר יָזְמ֖וּ לֽ͏ַעֲשֽׂוֹת׃ 7 הָ֚בָה נֽ͏ֵרְדָ֔ה וְנָבְלָ֥ה שָׁ֖ם שְׂפָתָ֑ם אֲשֶׁר֙ לֹ֣א יִשְׁמְע֔וּ אִ֖ישׁ שְׂפַ֥ת רֵעֵֽהוּ׃ 8 וַיָּ֨פֶץ יְהוָ֥ה אֹתָ֛ם מִשָּׁ֖ם עַל־פְּנֵ֣י כָל־הָאָ֑רֶץ וֽ͏ַיַּחְדְּל֖וּ לִבְנֹ֥ת הָעִֽיר׃ 9 עַל־כֵּ֞ן קָרָ֤א שְׁמָהּ֙ בָּבֶ֔ל כִּי־שָׁ֛ם בָּלַ֥ל יְהוָ֖ה שְׂפַ֣ת כָּל־הָאָ֑רֶץ וּמִשָּׁם֙ הֱפִיצָ֣ם יְהוָ֔ה עַל־פְּנֵ֖י כָּל־הָאָֽרֶץ׃   פ
10 אֵ֚לֶּה תּוֹלְדֹ֣ת שֵׁ֔ם שֵׁ֚ם בֶּן־מְאַ֣ת שָׁנָ֔ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־אַרְפַּכְשָׁ֑ד שְׁנָתַ֖יִם אַחַ֥ר הַמַּבּֽוּל׃ 11 וֽ͏ַיְחִי־שֵׁ֗ם אֽ͏ַחֲרֵי֙ הוֹלִיד֣וֹ אֶת־אַרְפַּכְשָׁ֔ד חֲמֵ֥שׁ מֵא֖וֹת שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 12 וְאַרְפַּכְשַׁ֣ד חַ֔י חָמֵ֥שׁ וּשְׁלֹשִׁ֖ים שָׁנָ֑ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־שָֽׁלַח׃ 13 וֽ͏ַיְחִ֣י אַרְפַּכְשַׁ֗ד אֽ͏ַחֲרֵי֙ הוֹלִיד֣וֹ אֶת־שֶׁ֔לַח שָׁלֹ֣שׁ שָׁנִ֔ים וְאַרְבַּ֥ע מֵא֖וֹת שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 14 וְשֶׁ֥לַח חַ֖י שְׁלֹשִׁ֣ים שָׁנָ֑ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־עֵֽבֶר׃ 15 וֽ͏ַיְחִי־שֶׁ֗לַח אַחֲרֵי֙ הוֹלִיד֣וֹ אֶת־עֵ֔בֶר שָׁלֹ֣שׁ שָׁנִ֔ים וְאַרְבַּ֥ע מֵא֖וֹת שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 16 וַֽיְחִי־עֵ֕בֶר אַרְבַּ֥ע וּשְׁלֹשִׁ֖ים שָׁנָ֑ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־פָּֽלֶג׃ 17 וַֽיְחִי־עֵ֗בֶר אַחֲרֵי֙ הוֹלִיד֣וֹ אֶת־פֶּ֔לֶג שְׁלֹשִׁ֣ים שָׁנָ֔ה וְאַרְבַּ֥ע מֵא֖וֹת שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 18 וֽ͏ַיְחִי־פֶ֖לֶג שְׁלֹשִׁ֣ים שָׁנָ֑ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־רְעֽוּ׃ 19 וֽ͏ַיְחִי־פֶ֗לֶג אַחֲרֵי֙ הוֹלִיד֣וֹ אֶת־רְע֔וּ תֵּ֥שַׁע שָׁנִ֖ים וּמָאתַ֣יִם שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 20 וַיְחִ֣י רְע֔וּ שְׁתַּ֥יִם וּשְׁלֹשִׁ֖ים שָׁנָ֑ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־שְׂרֽוּג׃ 21 וַיְחִ֣י רְע֗וּ אַחֲרֵי֙ הוֹלִיד֣וֹ אֶת־שְׂר֔וּג שֶׁ֥בַע שָׁנִ֖ים וּמָאתַ֣יִם שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 22 וַיְחִ֥י שְׂר֖וּג שְׁלֹשִׁ֣ים שָׁנָ֑ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־נָחֽוֹר׃ 23 וַיְחִ֣י שְׂר֗וּג אַחֲרֵ֛י הוֹלִיד֥וֹ אֶת־נָח֖וֹר מָאתַ֣יִם שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 24 וַיְחִ֣י נָח֔וֹר תֵּ֥שַׁע וְעֶשְׂרִ֖ים שָׁנָ֑ה וַיּ֖וֹלֶד אֶת־תָּֽרַח׃ 25 וַיְחִ֣י נָח֗וֹר אַחֲרֵי֙ הוֹלִיד֣וֹ אֶת־תֶּ֔רַח תְּשַֽׁע־עֶשְׂרֵ֥ה שָׁנָ֖ה וּמְאַ֣ת שָׁנָ֑ה וַיּ֥וֹלֶד בָּנִ֖ים וּבָנֽוֹת׃   ס 26 וֽ͏ַיְחִי־תֶ֖רַח שִׁבְעִ֣ים שָׁנָ֑ה וַיּ֙וֹלֶד֙ אֶת־אַבְרָ֔ם אֶת־נָח֖וֹר וְאֶת־הָרָֽן׃ 27 וְאֵ֙לֶּה֙ תּוֹלְדֹ֣ת תֶּ֔רַח תֶּ֚רַח הוֹלִ֣יד אֶת־אַבְרָ֔ם אֶת־נָח֖וֹר וְאֶת־הָרָ֑ן וְהָרָ֖ן הוֹלִ֥יד אֶת־לֽוֹט׃ 28 וַיָּ֣מָת הָרָ֔ן עַל־פְּנֵ֖י תֶּ֣רַח אָבִ֑יו בְּאֶ֥רֶץ מוֹלַדְתּ֖וֹ בְּא֥וּר כַּשְׂדִּֽים׃ 29 וַיִּקַּ֨ח אַבְרָ֧ם וְנָח֛וֹר לָהֶ֖ם נָשִׁ֑ים שֵׁ֤ם אֵֽשֶׁת־אַבְרָם֙ שָׂרָ֔י וְשֵׁ֤ם אֵֽשֶׁת־נָחוֹר֙ מִלְכָּ֔ה בַּת־הָרָ֥ן אֲבִֽי־מִלְכָּ֖ה וֽ͏ַאֲבִ֥י יִסְכָּֽה׃ 30 וַתְּהִ֥י שָׂרַ֖י עֲקָרָ֑ה אֵ֥ין לָ֖הּ וָלָֽד׃ 31 וַיִּקַּ֨ח תֶּ֜רַח אֶת־אַבְרָ֣ם בְּנ֗וֹ וְאֶת־ל֤וֹט בֶּן־הָרָן֙ בֶּן־בְּנ֔וֹ וְאֵת֙ שָׂרַ֣י כַּלָּת֔וֹ אֵ֖שֶׁת אַבְרָ֣ם בְּנ֑וֹ וַיֵּצְא֨וּ אִתָּ֜ם מֵא֣וּר כַּשְׂדִּ֗ים לָלֶ֙כֶת֙ אַ֣רְצָה כְּנַ֔עַן וַיָּבֹ֥אוּ עַד־חָרָ֖ן וַיֵּ֥שְׁבוּ שָֽׁם׃ 32 וַיִּהְי֣וּ יְמֵי־תֶ֔רַח חָמֵ֥שׁ שָׁנִ֖ים וּמָאתַ֣יִם שָׁנָ֑ה וַיָּ֥מָת תֶּ֖רַח בְּחָרָֽן׃   ס