אידיש
1
און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון נֹחס קינדער: שֵם, חָם, און יֶפֿת; און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן זין נאָכן מבול.
2
די זין פֿון יֶפֿתן זײַנען געװען: גומֶר, און מָגוג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַל, און מֶשֶך, און תּירָס.
3
און די זין פֿון גומֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה.
4
און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרשיש, כִּתּים, און דודָנים.
5
פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿאַנאַנדערגעשײדט די אינדזלען פֿון די פֿעלקער אין זײערע לענדער, איטלעכער לױט זײַן לשון, לױט זײערע משפּחות, אין זײערע פֿעלקער.
6
און די זין פֿון חָמען זײַנען געװען: כּוש, און מִצרַיִם, און פּוט, און כּנַעַן.
7
און די זין פֿון כּושן: סבאָ, און חַוִילָה, און סַבתָּה, און רַעְמָה, און סַבתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבאָ און דדָן.
8
און כּוש האָט געבאָרן נִמרודן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד.
9
ער איז געװען אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר גאָט; דרום װערט געזאָגט: אַזױ װי נִמרוד, אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר גאָט.
10
און דער אָנהײב פֿון זײַן קיניגרײַך איז געװען בבל, און אֶרֶך, און אַכַּד, און כַּלנֵה, אין לאַנד שִנעָר.
11
פֿון יענעם לאַנד איז ער אַרױסגעגאַנגען קײן אַשור, און האָט געבױט נינוֵה, און רחובות-עיר, און כֶּלַח,
12
און רֶסֶן, צװישן נינוֵה און צװישן כֶּלַח, דאָס איז די גרױסע שטאָט.
13
און מִצרַיִם האָט געבאָרן לודים, און עַנָמים, און להָבים, און נַפֿתּוחים,
14
און פַּתרוסים, און כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און כַּפֿתּורים.
15
און כְּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכור, און חֵתן,
16
און דעם יבוסי, און דעם אֶמורי, און דעם גִרגָשי,
17
און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סיני,
18
און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי; און דערנאָך האָבן זיך צעשפּרײט די משפּחות פֿון דעם כּנַעֲני.
19
און דער געמאַרק פֿון דעם כּנעֲני איז געװען פֿון צידון, װי דו גײסט קײן גרָר, ביז עַזָה; װי דו גײסט קײן סדום, און עַמורָה, און אַדמָה, און צבױִם, ביז לֶשַע.
20
דאָס זײַנען די קינדער פֿון חָם לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, אין זײערע פֿעלקער.
21
און בײַ שֵם, דעם פֿאָטער פֿון אַלע קינדער פֿון עֵבֶר, דעם עלטערן ברודער פֿון יֶפֿתן, אױך בײַ אים זײַנען געבאָרן געװאָרן קינדער.
22
די זין פֿון שֵמען זײַנען געװען: עֵילָם, און אַשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם.
23
און די זין פֿון אַרָמען: עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מַש.
24
און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶרן.
25
און בײַ עֵבֶרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן.
26
און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמודָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן,
27
און הַדורָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן,
28
און עובָלן, און אבֿימָאֵלן, און שבאָן,
29
און אופֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבָבן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין.
30
און זײער װױנאָרט איז געװען פֿון מֵשאָ, װי דו קומסט קײן ספֿר, ביזן באַרג פֿון מזרח.
31
דאָס זײַנען די זין פֿון שֵמען לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, לױט זײערע פֿעלקער.
32
דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נֹחס זין לױט זײערע געבורטן, אין זײערע פֿעלקער; און פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿאַנאַנדערגעשײדט די פֿעלקער אױף דער ערד נאָכן מבול.