Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אין אָנהײב האָט גאָט באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד. 2 און די ערד איז געװען װיסט און לײדיק, און פֿינצטערניש איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום, און דער גײַסט פֿון גאָט האָט געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן. 3 האָט גאָט געזאָגט: זאָל װערן ליכט. און עס איז געװאָרן ליכט. 4 און גאָט האָט געזען דאָס ליכט אַז עס איז גוט; און גאָט האָט פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. 5 און גאָט האָט גערופֿן דאָס ליכט טאָג, און די פֿינצטערניש האָט ער גערופֿן נאַכט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אײן טאָג.
6 האָט גאָט געזאָגט: זאָל װערן אַן אױסשפּרײט אין מיטן פֿון די װאַסערן, און ער זאָל פֿאַנאַנדערשײדן צװישן װאַסערן און װאַסערן. 7 און גאָט האָט געמאַכט דעם אױסשפּרײט, און האָט פֿאַנאַנדערגעשײדט צװישן די װאַסערן װאָס אונטער דעם אױסשפּרײט און צװישן די װאַסערן װאָס איבער דעם אױסשפּרײט. און עס איז אַזױ געשען. 8 און גאָט האָט גערופֿן דעם אױסשפּרײט הימל. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ צװײטן טאָג.
9 האָט גאָט געזאָגט: זאָלן זיך אײַנזאַמעלן די װאַסערן פֿון אונטערן הימל אין אײן אָרט, און זאָל זיך באַװײַזן די יבשה. און עס איז אַזױ געשען. 10 און גאָט האָט גערופֿן די יבשה ערד, און די אײַנזאַמלונג פֿון די װאַסערן האָט ער גערופֿן ימען. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 11 האָט גאָט געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסגראָזן גראָז, קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען, פֿרוכטבײמער װאָס טראָגן פֿרוכט אױף דער ערד לױט זײערע מינים, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ. און עס איז אַזױ געשען. 12 און די ערד האָט אַרױסגעבראַכט גראָז, קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען לױט זײַנע מינים, און בײמער װאָס טראָגן פֿרוכט, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ, לױט זײערע מינים. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 13 און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ דריטן טאָג.
14 האָט גאָט געזאָגט: זאָלן װערן ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, פֿאַנאַנדערצושײדן צװישן דעם טאָג און צװישן דער נאַכט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר צײכנס און פֿאַר צײַטן, און פֿאַר טעג און יאָרן. 15 און זײ זאָלן זײַן פֿאַר ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד. און עס איז אַזױ געשען. 16 און גאָט האָט געמאַכט די צװײ גרױסע ליכטער: דאָס גרעסערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון טאָג, און דאָס קלענערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון דער נאַכט; און די שטערן. 17 און גאָט האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד, 18 און צו געװעלטיקן איבער דעם טאָג און איבער דער נאַכט, און פֿאַנאַנדערצושײדן צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 19 און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿירטן טאָג.
20 האָט גאָט געזאָגט: זאָל דאָס װאַסער װידמענען אַ װידמענונג פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן, און פֿױגלען זאָלן פֿליען אױף דער ערד, איבערן פֿרײַען אױסשפּרײט פֿון הימל. 21 און גאָט האָט באַשאַפֿן די גרױסע ים-חיות, און אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן װאָס קריכן, װאָס דאָס װאַסער האָט געװידמענט לױט זײערע מינים, און אַלע געפֿליגלטע פֿױגלען לױט זײערע מינים. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 22 און גאָט האָט זײ געבענטשט, אַזױ צו זאָגן: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די װאַסערן אין די ימען, און די פֿױגלען זאָלן זיך מערן אױף דער ערד. 23 און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿינפֿטן טאָג.
24 האָט גאָט געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסברענגען לעבעדיקע באַשעפֿענישן לױט זײערע מינים, בהמות און שרצים און חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און עס איז אַזױ געשען. 25 און גאָט האָט געמאַכט די חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים, און די בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און גאָט האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 26 האָט גאָט געזאָגט: לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט, לױט אונדזער גלײַכעניש, און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד. 27 און גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט; אין דער געשטאַלט פֿון גאָט האָט ער אים באַשאַפֿן; אַ זכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן. 28 און גאָט האָט זײ געבענטשט, און גאָט האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד. 29 און גאָט האָט געזאָגט: זעט, איך האָב אײַך געגעבן יעטװעדער קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען, װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און יעטװעדער בױם װאָס אױף אים איז דאָ בײמערפֿרוכט װאָס גיט אַרױס זאָמען; פֿאַר אײַך זאָל דאָס זײַן צום עסן. 30 און פֿאַר אַלע חיות פֿון דער ערד, און פֿאַר אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, װאָס אין אים איז דאָ אַ לעבעדיקער אָטעם, איז יעטװעדער גרין קרײַטעכץ צום עסן. און עס איז אַזױ געװען. 31 און גאָט האָט געזען אַלץ װאָס ער האָט געמאַכט, ערשט עס איז זײער גוט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, דעם זעקסטן טאָג.
עברית
1 בְּרֵאשִׁ֖ית בָּרָ֣א אֱלֹהִ֑ים אֵ֥ת הַשָּׁמַ֖יִם וְאֵ֥ת הָאָֽרֶץ׃ 2 וְהָאָ֗רֶץ הָיְתָ֥ה תֹ֙הוּ֙ וָבֹ֔הוּ וְחֹ֖שֶׁךְ עַל־פְּנֵ֣י תְה֑וֹם וְר֣וּחַ אֱלֹהִ֔ים מְרַחֶ֖פֶת עַל־פְּנֵ֥י הַמָּֽיִם׃ 3 וַיֹּ֥אמֶר אֱלֹהִ֖ים יְהִ֣י א֑וֹר וַֽיְהִי־אֽוֹר׃ 4 וַיַּ֧רְא אֱלֹהִ֛ים אֶת־הָא֖וֹר כִּי־ט֑וֹב וַיַּבְדֵּ֣ל אֱלֹהִ֔ים בֵּ֥ין הָא֖וֹר וּבֵ֥ין הַחֹֽשֶׁךְ׃ 5 וַיִּקְרָ֨א אֱלֹהִ֤ים לָאוֹר֙ י֔וֹם וְלַחֹ֖שֶׁךְ קָ֣רָא לָ֑יְלָה וַֽיְהִי־עֶ֥רֶב וַֽיְהִי־בֹ֖קֶר י֥וֹם אֶחָֽד׃   פ
6 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֔ים יְהִ֥י רָקִ֖יעַ בְּת֣וֹךְ הַמָּ֑יִם וִיהִ֣י מַבְדִּ֔יל בֵּ֥ין מַ֖יִם לָמָֽיִם׃ 7 וַיַּ֣עַשׂ אֱלֹהִים֮ אֶת־הָרָקִיעַ֒ וַיַּבְדֵּ֗ל בֵּ֤ין הַמַּ֙יִם֙ אֲשֶׁר֙ מִתַּ֣חַת לָרָקִ֔יעַ וּבֵ֣ין הַמַּ֔יִם אֲשֶׁ֖ר מֵעַ֣ל לָרָקִ֑יעַ וֽ͏ַיְהִי־כֵֽן׃ 8 וַיִּקְרָ֧א אֱלֹהִ֛ים לָֽרָקִ֖יעַ שָׁמָ֑יִם וַֽיְהִי־עֶ֥רֶב וַֽיְהִי־בֹ֖קֶר י֥וֹם שֵׁנִֽי׃   פ
9 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֗ים יִקָּו֨וּ הַמַּ֜יִם מִתַּ֤חַת הַשָּׁמַ֙יִם֙ אֶל־מָק֣וֹם אֶחָ֔ד וְתֵרָאֶ֖ה הַיַּבָּשָׁ֑ה וַֽיְהִי־כֵֽן׃ 10 וַיִּקְרָ֨א אֱלֹהִ֤ים לַיַּבָּשָׁה֙ אֶ֔רֶץ וּלְמִקְוֵ֥ה הַמַּ֖יִם קָרָ֣א יַמִּ֑ים וַיַּ֥רְא אֱלֹהִ֖ים כִּי־טֽוֹב׃ 11 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֗ים תַּֽדְשֵׁ֤א הָאָ֙רֶץ֙ דֶּ֗שֶׁא עֵ֚שֶׂב מַזְרִ֣יעַ זֶ֔רַע עֵ֣ץ פְּרִ֞י עֹ֤שֶׂה פְּרִי֙ לְמִינ֔וֹ אֲשֶׁ֥ר זַרְעוֹ־ב֖וֹ עַל־הָאָ֑רֶץ וַֽיְהִי־כֵֽן׃ 12 וַתּוֹצֵ֨א הָאָ֜רֶץ דֶּ֠שֶׁא עֵ֣שֶׂב מַזְרִ֤יעַ זֶ֙רַע֙ לְמִינֵ֔הוּ וְעֵ֧ץ עֹֽשֶׂה־פְּרִ֛י אֲשֶׁ֥ר זַרְעוֹ־ב֖וֹ לְמִינֵ֑הוּ וַיַּ֥רְא אֱלֹהִ֖ים כִּי־טֽוֹב׃ 13 וֽ͏ַיְהִי־עֶ֥רֶב וֽ͏ַיְהִי־בֹ֖קֶר י֥וֹם שְׁלִישִֽׁי׃   פ
14 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֗ים יְהִ֤י מְאֹרֹת֙ בִּרְקִ֣יעַ הַשָּׁמַ֔יִם לְהַבְדִּ֕יל בֵּ֥ין הַיּ֖וֹם וּבֵ֣ין הַלָּ֑יְלָה וְהָי֤וּ לְאֹתֹת֙ וּלְמ֣וֹעֲדִ֔ים וּלְיָמִ֖ים וְשָׁנִֽים׃ 15 וְהָי֤וּ לִמְאוֹרֹת֙ בִּרְקִ֣יעַ הַשָּׁמַ֔יִם לְהָאִ֖יר עַל־הָאָ֑רֶץ וֽ͏ַיְהִי־כֵֽן׃ 16 וַיַּ֣עַשׂ אֱלֹהִ֔ים אֶת־שְׁנֵ֥י הַמְּאֹרֹ֖ת הַגְּדֹלִ֑ים אֶת־הַמָּא֤וֹר הַגָּדֹל֙ לְמֶמְשֶׁ֣לֶת הַיּ֔וֹם וְאֶת־הַמָּא֤וֹר הַקָּטֹן֙ לְמֶמְשֶׁ֣לֶת הַלַּ֔יְלָה וְאֵ֖ת הַכּוֹכָבִֽים׃ 17 וַיִּתֵּ֥ן אֹתָ֛ם אֱלֹהִ֖ים בִּרְקִ֣יעַ הַשָּׁמָ֑יִם לְהָאִ֖יר עַל־הָאָֽרֶץ׃ 18 וְלִמְשֹׁל֙ בַּיּ֣וֹם וּבַלַּ֔יְלָה וּֽלֲהַבְדִּ֔יל בֵּ֥ין הָא֖וֹר וּבֵ֣ין הַחֹ֑שֶׁךְ וַיַּ֥רְא אֱלֹהִ֖ים כִּי־טֽוֹב׃ 19 וַֽיְהִי־עֶ֥רֶב וַֽיְהִי־בֹ֖קֶר י֥וֹם רְבִיעִֽי׃   פ
20 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֔ים יִשְׁרְצ֣וּ הַמַּ֔יִם שֶׁ֖רֶץ נֶ֣פֶשׁ חַיָּ֑ה וְעוֹף֙ יְעוֹפֵ֣ף עַל־הָאָ֔רֶץ עַל־פְּנֵ֖י רְקִ֥יעַ הַשָּׁמָֽיִם׃ 21 וַיִּבְרָ֣א אֱלֹהִ֔ים אֶת־הַתַּנִּינִ֖ם הַגְּדֹלִ֑ים וְאֵ֣ת כָּל־נֶ֣פֶשׁ הֽ͏ַחַיָּ֣ה הָֽרֹמֶ֡שֶׂת אֲשֶׁר֩ שָׁרְצ֨וּ הַמַּ֜יִם לְמִֽינֵהֶ֗ם וְאֵ֨ת כָּל־ע֤וֹף כָּנָף֙ לְמִינֵ֔הוּ וַיַּ֥רְא אֱלֹהִ֖ים כִּי־טֽוֹב׃ 22 וַיְבָ֧רֶךְ אֹתָ֛ם אֱלֹהִ֖ים לֵאמֹ֑ר פְּר֣וּ וּרְב֗וּ וּמִלְא֤וּ אֶת־הַמַּ֙יִם֙ בַּיַּמִּ֔ים וְהָע֖וֹף יִ֥רֶב בָּאָֽרֶץ׃ 23 וַֽיְהִי־עֶ֥רֶב וַֽיְהִי־בֹ֖קֶר י֥וֹם חֲמִישִֽׁי׃   פ
24 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֗ים תּוֹצֵ֨א הָאָ֜רֶץ נֶ֤פֶשׁ חַיָּה֙ לְמִינָ֔הּ בְּהֵמָ֥ה וָרֶ֛מֶשׂ וְחַֽיְתוֹ־אֶ֖רֶץ לְמִינָ֑הּ וַֽיְהִי־כֵֽן׃ 25 וַיַּ֣עַשׂ אֱלֹהִים֩ אֶת־חַיַּ֨ת הָאָ֜רֶץ לְמִינָ֗הּ וְאֶת־הַבְּהֵמָה֙ לְמִינָ֔הּ וְאֵ֛ת כָּל־רֶ֥מֶשׂ הָֽאֲדָמָ֖ה לְמִינֵ֑הוּ וַיַּ֥רְא אֱלֹהִ֖ים כִּי־טֽוֹב׃ 26 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֔ים נַֽעֲשֶׂ֥ה אָדָ֛ם בְּצַלְמֵ֖נוּ כִּדְמוּתֵ֑נוּ וְיִרְדּוּ֩ בִדְגַ֨ת הַיָּ֜ם וּבְע֣וֹף הַשָּׁמַ֗יִם וּבַבְּהֵמָה֙ וּבְכָל־הָאָ֔רֶץ וּבְכָל־הָרֶ֖מֶשׂ הֽ͏ָרֹמֵ֥שׂ עַל־הָאָֽרֶץ׃ 27 וַיִּבְרָ֨א אֱלֹהִ֤ים אֶת־הֽ͏ָאָדָם֙ בְּצַלְמ֔וֹ בְּצֶ֥לֶם אֱלֹהִ֖ים בָּרָ֣א אֹת֑וֹ זָכָ֥ר וּנְקֵבָ֖ה בָּרָ֥א אֹתָֽם׃ 28 וַיְבָ֣רֶךְ אֹתָם֮ אֱלֹהִים֒ וַיֹּ֨אמֶר לָהֶ֜ם אֱלֹהִ֗ים פְּר֥וּ וּרְב֛וּ וּמִלְא֥וּ אֶת־הָאָ֖רֶץ וְכִבְשֻׁ֑הָ וּרְד֞וּ בִּדְגַ֤ת הַיָּם֙ וּבְע֣וֹף הַשָּׁמַ֔יִם וּבְכָל־חַיָּ֖ה הֽ͏ָרֹמֶ֥שֶׂת עַל־הָאָֽרֶץ׃ 29 וַיֹּ֣אמֶר אֱלֹהִ֗ים הִנֵּה֩ נָתַ֨תִּי לָכֶ֜ם אֶת־כָּל־עֵ֣שֶׂב זֹרֵ֣עַ זֶ֗רַע אֲשֶׁר֙ עַל־פְּנֵ֣י כָל־הָאָ֔רֶץ וְאֶת־כָּל־הָעֵ֛ץ אֲשֶׁר־בּ֥וֹ פְרִי־עֵ֖ץ זֹרֵ֣עַ זָ֑רַע לָכֶ֥ם יִֽהְיֶ֖ה לְאָכְלָֽה׃ 30 וּֽלְכָל־חַיַּ֣ת הָ֠אָרֶץ וּלְכָל־ע֨וֹף הַשָּׁמַ֜יִם וּלְכֹ֣ל רוֹמֵ֣שׂ עַל־הָאָ֗רֶץ אֲשֶׁר־בּוֹ֙ נֶ֣פֶשׁ חַיָּ֔ה אֶת־כָּל־יֶ֥רֶק עֵ֖שֶׂב לְאָכְלָ֑ה וַֽיְהִי־כֵֽן׃ 31 וַיַּ֤רְא אֱלֹהִים֙ אֶת־כָּל־אֲשֶׁ֣ר עָשָׂ֔ה וְהִנֵּה־ט֖וֹב מְאֹ֑ד וֽ͏ַיְהִי־עֶ֥רֶב וֽ͏ַיְהִי־בֹ֖קֶר י֥וֹם הַשִּׁשִּֽׁי׃   פ