וועגן אונז

דער נײער טעסטאמענט איז איבערגעזעצט געװארן אױף אידיש דורך חיים יחיאל אײנשפרוך און איז צום ערשטן מאל ארױסגעגעבן געװארן אין 1941 אלס דער ברית חדשה. דער פראיעקט װיל אױפלעבן אײנשפרוך'ס איבערזעצונג דורך עס פארעפענטליכן דיגיטאליש צום ערשטן מאל.

אצינד קענט איר לײענען עטלעכע ספרים אין אידיש און עברית. די איבערזעצונג אױף עברית איז גענומען געװארן פון די סאלקינסאן־גינזבורג װערק, װאס איז ארױס צום ערשטן מאל אין 1886. אנדערע ספרים פון די ביבל קומען באלד.