Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 אַלדאָס װאָרט װאָס איך באַפֿעל אײַך, דאָס זאָלט איר היטן צו טאָן; זאָלסט ניט צולײגן דערצו, און זאָלסט ניט מינערן דערפֿון.
2 אַז צװישן דיר װעט אױפֿשטײן אַ נבֿיא, אָדער אַ חלומער פֿון חלוֹמות, און ער װעט דיר געבן אַ צײכן אָדער אַ װוּנדער – 3 און דער צײכן און דאָס װוּנדער װאָס ער האָט דיר פֿאַרױסגעזאָגט, װעט אָנקומען – אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן נאָך פֿרעמדע געטער – װאָס דו קענסט ניט – און לאָמיר זײ דינען; 4 זאָלסטו ניט צוהערן צו די װערטער פֿון יענעם נבֿיא, אָדער יענעם חלומער פֿון חלוֹמות, װאָרום דאָס פּרוּװט אײַך יהוה אײַער גאָט, כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב יהוה אײַער גאָט מיט אײַער גאַנצן האַרצן און מיט אײַער גאַנצער זעל. 5 נאָך יהוה אײַער גאָט זאָלט איר גײן, און פֿאַר אים זאָלט איר מוֹרא האָבן, און זײַנע געבאָט זאָלט איר היטן, און צו זײַן קָול זאָלט איר צוהערן, און אים זאָלט איר דינען, און אָן אים זאָלט איר זיך באַהעפֿטן. 6 און יענער נבֿיא אָדער יענער חלומער פֿון חלוֹמות זאָל געטײט װערן, װײַל ער האָט גערעדט אָפּקערונג קעגן יהוה אײַער גאָט, װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און װאָס האָט דיך אױסגעלײַזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט – כּדי דיך אַראָפּצופֿירן פֿון דעם װעג װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר באַפֿױלן צו גײן אין אים. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר. 7 אַז דײַן ברודער, דער זון פֿון דײַן מוטער, אָדער דײַן זון, אָדער דײַן טאָכטער, אָדער די װײַב פֿון דײַן בוזעם, אָדער דײַן חבֿר, װאָס איז אַזױ װי דײַן אײגן זעל, װעט דיך אָנרעדן אין פֿאַרבאָרגעניש, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס ניט דו האָסט געקענט, ניט דײַנע עלטערן; 8 פֿון די געטער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך, פֿון די װאָס זײַנען נאָנט צו דיר, אָדער פֿון די װאָס זײַנען װײַט פֿון דיר, פֿון עק ערד ביז עק ערד – 9 זאָלסטו ניט אײַנװיליקן צו אים, און ניט צוהערן צו אים, און דײַן אױג זאָל אים ניט שױנען, און זאָלסט זיך ניט דערבאַרימען, און אים ניט פֿאַרדעקן. 10 נײַערט הרגען זאָלסטו אים הרגען; דײַן האַנט זאָל זײַן אױף אים די ערשטע אים צו טײטן, און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק. 11 און זאָלסט אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן, דערפֿאַר װאָס ער האָט דיך געזוכט אַראָפּצופֿירן פֿון יהוה דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט. 12 און גאַנץ ישׂראל װעלן הערן און װעלן מוֹרא האָבן, און װעלן מער ניט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר. 13 אַז דו װעסט הערן אין אײנער פֿון דײַנע שטעט װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, צו װוֹינען דאָרטן, אַזױ צו זאָגן: 14 עס זײַנען אַרױסגעטרעטן נידערטרעכטיקע לײַט פֿון צװישן דיר, און האָבן אַראָפּגעפֿירט די באַװוינער פֿון זײער שטאָט, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס איר קענט ניט; 15 און װעסט נאָכזוכן און אױספֿאָרשן און גוט נאָכפֿרעגן, ערשט די זאַך איז אמת ריכטיק, די דאָזיקע אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן צװישן דיר, 16 זאָלסטו שלאָגן דערשלאָגן די באַװוינער פֿון דער דאָזיקער שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד; פֿאַרװיסט זי – אַלע װאָס אין איר, און אירע בהמות, מיטן שאַרף פֿון שװערד. 17 און איר גאַנצן זאַקרױב זאָלסטו צונױפֿקלײַבן אין מיטן פֿון איר מאַרק, און פֿאַרברענען אין פֿײַער די שטאָט מיט איר גאַנצן זאַקרױב, אין גאַנצן צו יהוה דײַן גאָט, און זי זאָל זײַן אַן אײביקער חורבֿה-הױפֿן; זי זאָל מער ניט אָפּגעבױט װערן. 18 און קײן שום זאַך פֿון דעם חרם זאָל זיך ניט אָנקלעפּן אין דײַן האַנט, כּדי גאָט זאָל זיך אָפּקערן פֿון זײַן גרימצאָרן, און דיר שענקען דערבאַרימונג, און זיך דערבאַרימען אױף דיר, און דיך מערן, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן; 19 אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון יהוה דײַן גאָט.
Hebrew
1 אֵ֣ת כָּל־הַדָּבָ֗ר אֲשֶׁ֤ר אָנֹכִי֙ מְצַוֶּ֣ה אֶתְכֶ֔ם אֹת֥וֹ תִשְׁמְר֖וּ לַעֲשׂ֑וֹת לֹא־תֹסֵ֣ף עָלָ֔יו וְלֹ֥א תִגְרַ֖ע מִמֶּֽנּוּ׃   פ
2 כִּֽי־יָק֤וּם בְּקִרְבְּךָ֙ נָבִ֔יא א֖וֹ חֹלֵ֣ם חֲל֑וֹם וְנָתַ֥ן אֵלֶ֛יךָ א֖וֹת א֥וֹ מוֹפֵֽת׃ 3 וּבָ֤א הָאוֹת֙ וְהַמּוֹפֵ֔ת אֲשֶׁר־דִּבֶּ֥ר אֵלֶ֖יךָ לֵאמֹ֑ר נֽ͏ֵלְכָ֞ה אַחֲרֵ֨י אֱלֹהִ֧ים אֲחֵרִ֛ים אֲשֶׁ֥ר לֹֽא־יְדַעְתָּ֖ם וְנָֽעָבְדֵֽם׃ 4 לֹ֣א תִשְׁמַ֗ע אֶל־דִּבְרֵי֙ הַנָּבִ֣יא הַה֔וּא א֛וֹ אֶל־חוֹלֵ֥ם הַחֲל֖וֹם הַה֑וּא כִּ֣י מְנַסֶּ֞ה יְהוָ֤ה אֱלֹֽהֵיכֶם֙ אֶתְכֶ֔ם לָדַ֗עַת הֲיִשְׁכֶ֤ם אֹֽהֲבִים֙ אֶת־יְהוָ֣ה אֱלֹהֵיכֶ֔ם בְּכָל־לְבַבְכֶ֖ם וּבְכָל־נַפְשְׁכֶֽם׃ 5 אַחֲרֵ֨י יְהוָ֧ה אֱלֹהֵיכֶ֛ם תֵּלֵ֖כוּ וְאֹת֣וֹ תִירָ֑אוּ וְאֶת־מִצְוֺתָ֤יו תִּשְׁמֹ֙רוּ֙ וּבְקֹל֣וֹ תִשְׁמָ֔עוּ וְאֹת֥וֹ תַעֲבֹ֖דוּ וּב֥וֹ תִדְבָּקֽוּן׃ 6 וְהַנָּבִ֣יא הַה֡וּא א֣וֹ חֹלֵם֩ הַחֲל֨וֹם הַה֜וּא יוּמָ֗ת כִּ֣י דִבֶּר־סָ֠רָה עַל־יְהוָ֨ה אֱלֹֽהֵיכֶ֜ם הַמּוֹצִ֥יא אֶתְכֶ֣ם מֵאֶ֣רֶץ מִצְרַ֗יִם וְהַפֹּֽדְךָ֙ מִבֵּ֣ית עֲבָדִ֔ים לְהַדִּֽיחֲךָ֙ מִן־הַדֶּ֔רֶךְ אֲשֶׁ֧ר צִוְּךָ֛ יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ לָלֶ֣כֶת בָּ֑הּ וּבִֽעַרְתָּ֥ הָרָ֖ע מִקִּרְבֶּֽךָ׃ 7 כִּ֣י יְסִֽיתְךָ֡ אָחִ֣יךָ בֶן־אִ֠מֶּךָ אֽוֹ־בִנְךָ֨ אֽוֹ־בִתְּךָ֜ א֣וֹ אֵ֣שֶׁת חֵיקֶ֗ךָ א֧וֹ רֵֽעֲךָ֛ אֲשֶׁ֥ר כְּנַפְשְׁךָ֖ בַּסֵּ֣תֶר לֵאמֹ֑ר נֵֽלְכָ֗ה וְנַֽעַבְדָה֙ אֱלֹהִ֣ים אֲחֵרִ֔ים אֲשֶׁר֙ לֹ֣א יָדַ֔עְתָּ אַתָּ֖ה וַאֲבֹתֶֽיךָ׃ 8 מֵאֱלֹהֵ֣י הֽ͏ָעַמִּ֗ים אֲשֶׁר֙ סְבִיבֹ֣תֵיכֶ֔ם הַקְּרֹבִ֣ים אֵלֶ֔יךָ א֖וֹ הָרְחֹקִ֣ים מִמֶּ֑ךָּ מִקְצֵ֥ה הָאָ֖רֶץ וְעַד־קְצֵ֥ה הָאָֽרֶץ׃ 9 לֹא־תֹאבֶ֣ה ל֔וֹ וְלֹ֥א תִשְׁמַ֖ע אֵלָ֑יו וְלֹא־תָח֤וֹס עֵֽינְךָ֙ עָלָ֔יו וְלֹֽא־תַחְמֹ֥ל וְלֹֽא־תְכַסֶּ֖ה עָלָֽיו׃ 10 כִּ֤י הָרֹג֙ תַּֽהַרְגֶ֔נּוּ יָֽדְךָ֛ תִּֽהְיֶה־בּ֥וֹ בָרִֽאשׁוֹנָ֖ה לַהֲמִית֑וֹ וְיַ֥ד כָּל־הָעָ֖ם בָּאַחֲרֹנָֽה׃ 11 וּסְקַלְתּ֥וֹ בָאֲבָנִ֖ים וָמֵ֑ת כִּ֣י בִקֵּ֗שׁ לְהַדִּֽיחֲךָ֙ מֵעַל֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ הַמּוֹצִיאֲךָ֛ מֵאֶ֥רֶץ מִצְרַ֖יִם מִבֵּ֥ית עֲבָדִֽים׃ 12 וְכָל־יִשְׂרָאֵ֔ל יִשְׁמְע֖וּ וְיִֽרָא֑וּן וְלֹֽא־יוֹסִ֣פוּ לַעֲשׂ֗וֹת כַּדָּבָ֥ר הָרָ֛ע הַזֶּ֖ה בְּקִרְבֶּֽךָ׃   ס 13 כִּֽי־תִשְׁמַ֞ע בְּאַחַ֣ת עָרֶ֗יךָ אֲשֶׁר֩ יְהוָ֨ה אֱלֹהֶ֜יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֛ לָשֶׁ֥בֶת שָׁ֖ם לֵאמֹֽר׃ 14 יָצְא֞וּ אֲנָשִׁ֤ים בְּנֵֽי־בְלִיַּ֙עַל֙ מִקִּרְבֶּ֔ךָ וַיַּדִּ֛יחוּ אֶת־יֹשְׁבֵ֥י עִירָ֖ם לֵאמֹ֑ר נֵלְכָ֗ה וְנַעַבְדָ֛ה אֱלֹהִ֥ים אֲחֵרִ֖ים אֲשֶׁ֥ר לֹא־יְדַעְתֶּֽם׃ 15 וְדָרַשְׁתָּ֧ וְחָקַרְתָּ֧ וְשָׁאַלְתָּ֖ הֵיטֵ֑ב וְהִנֵּ֤ה אֱמֶת֙ נָכ֣וֹן הַדָּבָ֔ר נֶעֶשְׂתָ֛ה הַתּוֹעֵבָ֥ה הַזֹּ֖את בְּקִרְבֶּֽךָ׃ 16 הַכֵּ֣ה תַכֶּ֗ה אֶת־יֹֽשְׁבֵ֛י הָעִ֥יר ההוא לְפִי־חָ֑רֶב הַחֲרֵ֨ם אֹתָ֧הּ וְאֶת־כָּל־אֲשֶׁר־בָּ֛הּ וְאֶת־בְּהֶמְתָּ֖הּ לְפִי־חָֽרֶב׃ 17 וְאֶת־כָּל־שְׁלָלָ֗הּ תִּקְבֹּץ֮ אֶל־תּ֣וֹךְ רְחֹבָהּ֒ וְשָׂרַפְתָּ֨ בָאֵ֜שׁ אֶת־הָעִ֤יר וְאֶת־כָּל־שְׁלָלָהּ֙ כָּלִ֔יל לַיהוָ֖ה אֱלֹהֶ֑יךָ וְהָיְתָה֙ תֵּ֣ל עוֹלָ֔ם לֹ֥א תִבָּנֶ֖ה עֽוֹד׃ 18 וְלֹֽא־יִדְבַּ֧ק בְּיָדְךָ֛ מְא֖וּמָה מִן־הַחֵ֑רֶם לְמַעַן֩ יָשׁ֨וּב יְהוָ֜ה מֵחֲר֣וֹן אַפּ֗וֹ וְנָֽתַן־לְךָ֤ רַחֲמִים֙ וְרִֽחַמְךָ֣ וְהִרְבֶּ֔ךָ כַּאֲשֶׁ֥ר נִשְׁבַּ֖ע לַאֲבֹתֶֽיךָ׃ 19 כִּ֣י תִשְׁמַ֗ע בְּקוֹל֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ לִשְׁמֹר֙ אֶת־כָּל־מִצְוֺתָ֔יו אֲשֶׁ֛ר אָנֹכִ֥י מְצַוְּךָ֖ הַיּ֑וֹם לַעֲשׂוֹת֙ הַיָּשָׁ֔ר בְּעֵינֵ֖י יְהוָ֥ה אֱלֹהֶֽיךָ׃   ס