Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 אױף מײַן געלעגער בײַ נאַכט האָב איך געזוכט דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב; איך האָב אים געזוכט, און האָב אים ניט געפֿונען. 2 ״לאָמיך אױפֿשטײן און אַרומגײן אין שטאָט, אין די מערק און אין די גאַסן, לאָמיך זוכן דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב״. איך האָב אים געזוכט, און האָב אים ניט געפֿונען. 3 האָבן מיר געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט: דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב צי האָט איר געזען? 4 קױם בין איך אַװעק פֿון זײ, באַלד האָב איך געפֿונען, דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב; האָב איך אים אָנגענומען און האָב אים ניט אָפּגעלאָזט, ביז איך האָב אים געבראַכט אין הױז פֿון מײַן מוטער, און אין קאַמער פֿון מײַן געװינערין. 5 איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושלים, בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד, אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט, ביז זי װעט באַגערן. 6 װער איז די װאָס גײט אױף פֿונעם מדבר, אַזױ װי זײַלן פֿון רױך, באַרײכערט מיט מירע און װײַרױך, מיט אַלערלײ װירצשטױב פֿון קרעמער? 7 אָט איז דאָס בעט פֿון שלמהן, זעכציק גיבורים אַרום איר, פֿון די גיבורים פֿון ישׂראל; 8 אַלע באַגורט מיט אַ שװערד, געניט אין מלחמה; איטלעך זײַן שװערד אױף זײַן דיך, פֿון װעגן דער אַנגסט אין די נעכט. 9 אַ הימלבעט האָט זיך מלך שלמה געמאַכט פֿון האָלצן פֿון לבֿנון; 10 אירע זײַלן האָט ער פֿון זילבער געמאַכט, איר אָנלען פֿון גאָלד, איר אױסבעט פֿון פּורפּל; אינעװײניק געפֿלאַסטערט מיט ליבשאַפֿט פֿון די טעכטער פֿון ירושלים. 11 גײט אַרױס, טעכטער פֿון צִיון, און קוקט אָן מלך שלמה, אין דער קרױן װאָס זײַן מוטער האָט אים באַקרײנט, אין טאָג פֿון זײַן חתונה, און אין טאָג פֿון זײַן האַרצנפֿרײד.
Hebrew
1 עַל־מִשְׁכָּבִי֙ בַּלֵּיל֔וֹת בִּקַּ֕שְׁתִּי אֵ֥ת שֶׁאָהֲבָ֖ה נַפְשִׁ֑י בִּקַּשְׁתִּ֖יו וְלֹ֥א מְצָאתִֽיו׃ 2 אָק֨וּמָה נָּ֜א וַאֲסוֹבְבָ֣ה בָעִ֗יר בַּשְּׁוָקִים֙ וּבָ֣רְחֹב֔וֹת אֲבַקְשָׁ֕ה אֵ֥ת שֶׁאָהֲבָ֖ה נַפְשִׁ֑י בִּקַּשְׁתִּ֖יו וְלֹ֥א מְצָאתִֽיו׃ 3 מְצָא֙וּנִי֙ הַשֹּׁ֣מְרִ֔ים הַסֹּבְבִ֖ים בָּעִ֑יר אֵ֛ת שֶׁאָהֲבָ֥ה נַפְשִׁ֖י רְאִיתֶֽם׃ 4 כִּמְעַט֙ שֶׁעָבַ֣רְתִּי מֵהֶ֔ם עַ֣ד שֶֽׁמָּצָ֔אתִי אֵ֥ת שֶׁאָהֲבָ֖ה נַפְשִׁ֑י אֲחַזְתִּיו֙ וְלֹ֣א אַרְפֶּ֔נּוּ עַד־שֶׁ֤הֲבֵיאתִיו֙ אֶל־בֵּ֣ית אִמִּ֔י וְאֶל־חֶ֖דֶר הוֹרָתִֽי׃ 5 הִשְׁבַּ֨עְתִּי אֶתְכֶ֜ם בְּנ֤וֹת יְרוּשָׁלִַ֙ם֙ בִּצְבָא֔וֹת א֖וֹ בְּאַיְל֣וֹת הַשָּׂדֶ֑ה אִם־תָּעִ֧ירוּ וְֽאִם־תְּעֽוֹרְר֛וּ אֶת־הָאַהֲבָ֖ה עַ֥ד שֶׁתֶּחְפָּֽץ׃   ס 6 מִ֣י זֹ֗את עֹלָה֙ מִן־הַמִּדְבָּ֔ר כְּתִֽימֲר֖וֹת עָשָׁ֑ן מְקֻטֶּ֤רֶת מוֹר֙ וּלְבוֹנָ֔ה מִכֹּ֖ל אַבְקַ֥ת רוֹכֵֽל׃ 7 הִנֵּ֗ה מִטָּתוֹ֙ שֶׁלִּשְׁלֹמֹ֔ה שִׁשִּׁ֥ים גִּבֹּרִ֖ים סָבִ֣יב לָ֑הּ מִגִּבֹּרֵ֖י יִשְׂרָאֵֽל׃ 8 כֻּלָּם֙ אֲחֻ֣זֵי חֶ֔רֶב מְלֻמְּדֵ֖י מִלְחָמָ֑ה אִ֤ישׁ חַרְבּוֹ֙ עַל־יְרֵכ֔וֹ מִפַּ֖חַד בַּלֵּילּֽוֹת׃   ס 9 אַפִּרְי֗וֹן עָ֤שָׂה לוֹ֙ הַמֶּ֣לֶךְ שְׁלֹמֹ֔ה מֵעֲצֵ֖י הַלְּבָנֽוֹן׃ 10 עַמּוּדָיו֙ עָ֣שָׂה כֶ֔סֶף רְפִידָת֣וֹ זָהָ֔ב מֶרְכָּב֖וֹ אַרְגָּמָ֑ן תּוֹכוֹ֙ רָצ֣וּף אַהֲבָ֔ה מִבְּנ֖וֹת יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 11 צְאֶ֧ינָה וּֽרְאֶ֛ינָה בְּנ֥וֹת צִיּ֖וֹן בַּמֶּ֣לֶךְ שְׁלֹמֹ֑ה בָּעֲטָרָ֗ה שֶׁעִטְּרָה־לּ֤וֹ אִמּוֹ֙ בְּי֣וֹם חֲתֻנָּת֔וֹ וּבְי֖וֹם שִׂמְחַ֥ת לִבּֽוֹ׃   ס