Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן, און געבערן אַ ייִנגל, זאָל זי זײַן אומרײן זיבן טעג; אַזױ װי די טעג פֿון דער אָפּזונדערונג אין איר קראַנקשאַפֿט זאָל זי זײַן אומרײן. 3 און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל געמַלט װערן דאָס פֿלײש פֿון זײַן פאָרהױט. 4 און דרײַסיק טעג מיט דרײַ טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג; אָן קײן הײליקער זאַך זאָל זי זיך ניט אָנרירן, און אין הײליקטום זאָל זי ניט קומען, ביז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול. 5 אױב אָבער זי װעט געבערן אַ מײדל, זאָל זי זײַן אומרײן צװײ װאָכן, אַזױ װי אין איר אָפּזונדערונג, און זעכציק טעג מיט זעקס טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג. 6 און אַז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל, זאָל זי ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אַ יונגע טױב, אָדער אַ טורטלטױב, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, צום כֹּהן. 7 און ער זאָל עס מקריבֿ זײַן פֿאַר גאָט, און מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן פֿון איר בלוטקװאַל. דאָס איז דער דין פֿון אַ קימפּעטאָרין, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל. 8 און אױב איר האַנט פֿאַרמאָגט ניט גענוג אױף אַ לאַם, זאָל זי נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן.
Hebrew
1 וַיְדַבֵּ֥ר יְהוָ֖ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה לֵּאמֹֽר׃ 2 דַּבֵּ֞ר אֶל־בְּנֵ֤י יִשְׂרָאֵל֙ לֵאמֹ֔ר אִשָּׁה֙ כִּ֣י תַזְרִ֔יעַ וְיָלְדָ֖ה זָכָ֑ר וְטָֽמְאָה֙ שִׁבְעַ֣ת יָמִ֔ים כִּימֵ֛י נִדַּ֥ת דְּוֺתָ֖הּ תִּטְמָֽא׃ 3 וּבַיּ֖וֹם הַשְּׁמִינִ֑י יִמּ֖וֹל בְּשַׂ֥ר עָרְלָתֽוֹ׃ 4 וּשְׁלֹשִׁ֥ים יוֹם֙ וּשְׁלֹ֣שֶׁת יָמִ֔ים תֵּשֵׁ֖ב בִּדְמֵ֣י טָהֳרָ֑ה בְּכָל־קֹ֣דֶשׁ לֹֽא־תִגָּ֗ע וְאֶל־הַמִּקְדָּשׁ֙ לֹ֣א תָבֹ֔א עַד־מְלֹ֖את יְמֵ֥י טָהֳרָֽהּ׃ 5 וְאִם־נְקֵבָ֣ה תֵלֵ֔ד וְטָמְאָ֥ה שְׁבֻעַ֖יִם כְּנִדָּתָ֑הּ וְשִׁשִּׁ֥ים יוֹם֙ וְשֵׁ֣שֶׁת יָמִ֔ים תֵּשֵׁ֖ב עַל־דְּמֵ֥י טָהֳרָֽה׃ 6 וּבִמְלֹ֣את יְמֵ֣י טָהֳרָ֗הּ לְבֵן֮ א֣וֹ לְבַת֒ תָּבִ֞יא כֶּ֤בֶשׂ בֶּן־שְׁנָתוֹ֙ לְעֹלָ֔ה וּבֶן־יוֹנָ֥ה אוֹ־תֹ֖ר לְחַטָּ֑את אֶל־פֶּ֥תַח אֹֽהֶל־מוֹעֵ֖ד אֶל־הַכֹּהֵֽן׃ 7 וְהִקְרִיב֞וֹ לִפְנֵ֤י יְהוָה֙ וְכִפֶּ֣ר עָלֶ֔יהָ וְטָהֲרָ֖ה מִמְּקֹ֣ר דָּמֶ֑יהָ זֹ֤את תּוֹרַת֙ הַיֹּלֶ֔דֶת לַזָּכָ֖ר א֥וֹ לַנְּקֵבָֽה׃ 8 וְאִם־לֹ֨א תִמְצָ֣א יָדָהּ֮ דֵּ֣י שֶׂה֒ וְלָקְחָ֣ה שְׁתֵּֽי־תֹרִ֗ים א֤וֹ שְׁנֵי֙ בְּנֵ֣י יוֹנָ֔ה אֶחָ֥ד לְעֹלָ֖ה וְאֶחָ֣ד לְחַטָּ֑את וְכִפֶּ֥ר עָלֶ֛יהָ הַכֹּהֵ֖ן וְטָהֵֽרָה׃   פ