Yiddish
1
האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:
2
געװעלטיקײט און פֿאָרכטיקײט זײַנען בײַ אים; ער שאַפֿט שלום אין זײַנע הײכן.
3
איז דאָ אַ צאָל צו זײַנע מחנות? און אױף װעמען גײט ניט אױף זײַן ליכט?
4
הײַנט װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן קעגן גאָט? און װי קען רײן זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ?
5
זע, אַזש די לבֿנה איז ניט העל, און די שטערן זײַנען ניט רײן אין זײַנע אױגן,
6
הײַנט װי שױן אַ מענטש אַ װאָרעם, און אַ מענטשנקינד אַ מילב?