Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 חכמה האָט אױפֿגעבױט איר הױז, אױסגעהאַקט אירע זיבן זײַלן. 2 זי האָט געשאָכטן איר שעכטונג, געמישט איר װײַן, אױך געגרײט איר טיש. 3 זי שיקט אירע מײדלעך, זי רופֿטאױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט: 4 װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער; װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים: 5 קומט עסט פֿון מײַן ברױט, און טרינקט פֿון דעם װײַן װאָס איך האָב געמישט. 6 פֿאַרלאָזט נאַרישקײטן, כּדי איר זאָלט לעבן, און טרעט אין װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט. – 7 דער װאָס מוסערט דעם שפּעטער נעמט זיך שאַנד, און דער װאָס שטראָפֿט דעם רָשע – טאַדל אױף זיך. 8 זאָלסט ניט שטראָפֿן דעם שפּעטער, װאָרום ער װעט דיך פֿײַנט קריגן, שטראָף דעם קלוגן, און ער װעט דיך ליב קריגן. 9 גיב דעם קלוגן, און ער װעט נאָך קליגער װערן, לערן דעם גערעכטן, און ער װעט מערן לערנונג. –
10 דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר גאָט, און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט. 11 װאָרום דורך מיר װעלן געמערט װערן דײַנע טעג, און יאָרן פֿון לעבן װעט מען דיר צולײגן. 12 אױב דו ביסט קלוג, ביסטו קלוג פֿאַר זיך, און ביסטו אַ שפּעטער, װעסטו אַלײן לײַדן. 13 די װײַבספּאַרשױן נאַרישקײט ליאַרעמט; לױטער לײַכטזיניקײט און װײס גאָרנישט. 14 און זי זיצט בײַם אײַנגאַנג פֿון איר הױז, אױף אַ שטול אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט, 15 צו רופֿן די פֿאַרבײַגײערװאָס גײען אױף זײערע גלײַכע װעגן: 16 װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער; און װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים: 17 געגנבֿעט װאַסער איז זיס, און פֿאַרבאָרגן ברױט איז געשמאַק. 18 און ער װײס ניט אַז מתים זײַנען דאָרטן, אין די טיפֿענישן פֿון אונטערערד זײַנען אירע געסט.
Hebrew
1 חָ֭כְמוֹת בָּנְתָ֣ה בֵיתָ֑הּ חָצְבָ֖ה עַמּוּדֶ֣יהָ שִׁבְעָֽה׃ 2 טָבְחָ֣ה טִ֭בְחָהּ מָסְכָ֣ה יֵינָ֑הּ אַ֝֗ף עָֽרְכָ֥ה שֻׁלְחָנָֽהּ׃ 3 שָֽׁלְחָ֣ה נַעֲרֹתֶ֣יהָ תִקְרָ֑א עַל־גַּ֝פֵּ֗י מְרֹ֣מֵי קָֽרֶת׃ 4 מִי־פֶ֭תִי יָסֻ֣ר הֵ֑נָּה חֲסַר־לֵ֝֗ב אָ֣מְרָה לּֽוֹ׃ 5 לְ֭כוּ לַחֲמ֣וּ בְֽלַחֲמִ֑י וּ֝שְׁת֗וּ בְּיַ֣יִן מָסָֽכְתִּי׃ 6 עִזְב֣וּ פְתָאיִ֣ם וִֽחְי֑וּ וְ֝אִשְׁר֗וּ בְּדֶ֣רֶךְ בִּינָֽה׃ 7 יֹ֤סֵ֨ר לֵ֗ץ לֹקֵ֣חַֽ ל֣וֹ קָל֑וֹן וּמוֹכִ֖יחַ לְרָשָׁ֣ע מוּמֽוֹ׃ 8 אַל־תּ֣וֹכַח לֵ֭ץ פֶּן־יִשְׂנָאֶ֑ךָּ הוֹכַ֥ח לְ֝חָכָ֗ם וְיֶאֱהָבֶֽךָּ׃ 9 תֵּ֣ן לְ֭חָכָם וְיֶחְכַּם־ע֑וֹד הוֹדַ֥ע לְ֝צַדִּ֗יק וְי֣וֹסֶף לֶֽקַח׃   פ
10 תְּחִלַּ֣ת חָ֭כְמָה יִרְאַ֣ת יְהוָ֑ה וְדַ֖עַת קְדֹשִׁ֣ים בִּינָֽה׃ 11 כִּי־בִ֭י יִרְבּ֣וּ יָמֶ֑יךָ וְיוֹסִ֥יפוּ לְּ֝ךָ֗ שְׁנ֣וֹת חַיִּֽים׃ 12 אִם־חָ֭כַמְתָּ חָכַ֣מְתָּ לָּ֑ךְ וְ֝לַ֗צְתָּ לְֽבַדְּךָ֥ תִשָּֽׂא׃ 13 אֵ֣שֶׁת כְּ֭סִילוּת הֹֽמִיָּ֑ה פְּ֝תַיּ֗וּת וּבַל־יָ֥דְעָה מָּֽה׃ 14 וְֽ֭יָשְׁבָה לְפֶ֣תַח בֵּיתָ֑הּ עַל־כִּ֝סֵּ֗א מְרֹ֣מֵי קָֽרֶת׃ 15 לִקְרֹ֥א לְעֹֽבְרֵי־דָ֑רֶךְ הַֽ֝מְיַשְּׁרִ֗ים אֹֽרְחוֹתָֽם׃ 16 מִי־פֶ֭תִי יָסֻ֣ר הֵ֑נָּה וַחֲסַר־לֵ֝֗ב וְאָ֣מְרָה לּֽוֹ׃ 17 מַֽיִם־גְּנוּבִ֥ים יִמְתָּ֑קוּ וְלֶ֖חֶם סְתָרִ֣ים יִנְעָֽם׃ 18 וְֽלֹא־יָ֭דַע כִּֽי־רְפָאִ֣ים שָׁ֑ם בְּעִמְקֵ֖י שְׁא֣וֹל קְרֻאֶֽיהָ׃   פ