Yiddish
1
גאָט טוט קיניגן, זאָלן ציטערן די פֿעלקער; ער טראָנט איבער די כּרובֿים, זאָל זיך װאַקלען די ערד.
2
גאָט איז גרױס אין צִיון, און ער איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער.
3
זאָלן זײ לױבן דײַן גרױסן און פֿאָרכטיקן נאָמען – הײליק איז ער! –
4
און די שטאַרקײט פֿון דעם מלך װאָס האָט ליב גערעכטיקײט. דו האָסט אױפֿגעשטעלט יושר, רעכט און גערעכטיקײט האָסטו אין יעקבֿ געטאָן.
5
דערהײבט יהוה אונדזער גאָט, און בוקט זיך צו זײַן פֿוסבענקל – הײליק איז ער!
6
משה און אַהרֹן זײַנען געװען צװישן זײַנע כּהנים, און שמואל צװישן די װאָס רופֿן זײַן נאָמען; זײ פֿלעגן רופֿן צו גאָט, און ער פֿלעגט זײ ענטפֿערן.
7
אין אַ װאָלקנזײַל פֿלעגט ער רעדן צו זײ; זײ האָבן געהיט זײַנע אָנזאָגן, און דאָס געזעץ װאָס ער האָט זײ געגעבן.
8
יהוה אונדזער גאָט, דו האָסט זײ געענטפֿערט: אַ פֿאַרגעביקער גאָט ביסטו זײ געװען, און האָסט זיך נוקם געװען פֿון זײערט װעגן.
9
דערהײבט יהוה אונדזער גאָט, און בוקט זיך צו זײַן הײליקן באַרג, װאָרום הײליק איז יהוה אונדזער גאָט.