Yiddish
1
קומט, לאָמיר זינגען צו גאָט, לאָמיר שאַלן צום פֿעלדז פֿון אונדזער הילף.
2
לאָמיר קומען פֿאַר זײַן פּנים מיט דאַנק, מיט געזאַנגען לאָמיר שאַלן צו אים.
3
װאָרום אַ גרױסער גאָט איז יהוה, און אַ גרױסער מלך איבער אַלע געטער,
4
װאָס אין זײַן האַנט זײַנען די גרונטן פֿון דער ערד, און די הײכן פֿון די בערג זײַנען זײַנע;
5
װאָס דער ים איז זײַנער, און ער האָט אים געמאַכט; און די יבשה האָבן געפֿורעמט זײַנע הענט.
6
קומט, לאָמיר זיך בוקן און בײגן, לאָמיר קניִען פֿאַר יהוה אונדזער באַשעפֿער.
7
װאָרום ער איז אונדזער גאָט, און מיר דאָס פֿאָלק פֿון זײַן פֿיטערונג, און די שאָף פֿון זײַן האַנט; װען איר װאָלט הײַנט צוהערן צו זײַן קָול!
8
מאַכט ניט האַרט אײַער האַרץ װי בײַ מריבֿה, װי אין טאָג פֿון מַסָה אין דער מדבר,
9
בעת אײַערע עלטערן האָבן מיך געפּרוּװט, מיך פּראָבירט, הגם זײ האָבן געזען מײַן װערק.
10
פֿערציק יאָר האָב איך מיך געעקלט מיטן דָור, און האָב געזאָגט: אַ פֿאָלק מיט פֿאַרפֿירטע הערצער זײַנען זײ, און זײ װײסן ניט מײַנע װעגן;
11
װאָס דרום האָב איך געשװאָרן אין מײַן צאָרן, אױב זײ װעלן קומען אין מײַן רוּונג!