Yiddish
1
פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מזמור; אַ ליד. זײַן גרונטפֿעסט איז אױף די הײליקע בערג.
2
גאָט האָט ליב די טױערן פֿון צִיון מער פֿון אַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ.
3
פּראַכטיקס װערט גערעדט פֿון דיר, דו שטאָט פֿון גאָט. סֶלָה.
4
איך דערמאָן רַהַבֿ און בָבֿל פֿאַר מײַנע באַקענטע; אָט איז פּלֶשֶת, און צור מיט כּוּש: ״דער דאָזיקער איז אין איר געבאָרן געװאָרן״.
5
אָבער פֿון צִיון װערט געזאָגט: דער און יענער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן, און דער אײבערשטער אַלײן באַפֿעסטיקט זי״.
6
גאָט צײלט בײַם פֿאַרשרײַבן די פֿעלקער: דער דאָזיקער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן. סֶלָה.
7
יאָ, אַזױ װי פֿלײטנשפּילער זינגעןאַלע מײַנע אינגעװײד, פֿון דיר.