Yiddish
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; אַ מזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג.
2
מיר לױבן דיך, גאָט, מיר לױבן, און נאָנט איז דײַן נאָמען; מע דערצײלט דײַנע װוּנדער.
3
״אַז איך נעם אַ צײַט, טו איך משפּטן מיט יושר.
4
מעגן זיך װאַקלען די ערד און אַלע אירע באַװױנער, איך טו באַפֿעסטיקן אירע זײַלן. סֶלָה.
5
איך זאָג צו די מוטװיליקע: איר זאָלט ניט מוטװיליקן, און צו די רשָעים: איר זאָלט ניט אױפֿהײבן דעם האָרן.
6
איר זאָלט ניט אױפֿהײבן אין דער הײך אײַער האָרן, ניט רעדן מיט אַ פֿאַרשײַטן האַלדז.
7
װאָרום ניט פֿון מזרח אָדער פֿון מערבֿ, און ניט פֿון מדבר, קומט דערהײכונג.
8
נאָר גאָט איז דער ריכטער: דעם דערנידערט ער, און דעם דערהײכט ער.
9
װאָרום אַ כָּוס איז אין דער האַנט פֿון גאָט, מיט װײַן װאָס שױמט, מיט מישגעטראַנק פֿול, און ער גיסט אָן דערפֿון; בלױז די הײװן דערפֿון זופּן-טרינקעןאַלע רשָעים פֿון דער ערד.
10
אָבער איך װעל אײביק דערצײלן, איך װעל זינגען צום גאָט פֿון יעקבֿ.
11
און אַלע הערנער פֿון די רשָעים װעל איך אָפּהאַקן; דערהײכט װעלן װערן די הערנער פֿון די צדיקים.