Yiddish
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מזמור, אַ געזאַנג.
2
גאָט זאָל אונדז לײַטזעליקן און אונדז בענטשן, ער זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים אױף אונדז, סֶלָה;
3
כּדי מע זאָל װיסן אױף דער ערד דײַן װעג, צװישן אַלע פֿעלקער דײַן ישועה.
4
לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, גאָט, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.
5
זיך פֿרײען און זינגען װעלן די אומות, װאָרום דו משפּטסט די פֿעלקער מיט יושר, און די אומות, זײ פֿירסטו אױף דער ערד. סֶלָה.
6
לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, גאָט, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.
7
די ערד גיט איר פֿרוכט, בענטשן װעט אונדז גאָט אונדזער גאָט,
8
בענטשן װעט אונדז גאָטאון אים װעלן פֿאָרכטן אַלע עקן פֿון דער ערד.