Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 נאָר צו גאָט טוט האַרן מײַן זעל, פֿון אים איז מײַן הילף. 3 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך ניט אױסגליטשן שטאַרק. 4 ביז װאַנען װעט איר אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן? איר אַלע טוט הרגעןװי אַ װאַנט אַן אײַנגעבױגענע, װי אַ מױער אַן אומגעפֿאַלענע. 5 רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן; זײ האָבן הנאה פֿון ליגן; מיט זײער מױל בענטשן זײ, און אין זיך שילטן זײ. סֶלָה. 6 נאָר צו גאָט, טו האַרן, מײַן זעל, װאָרום פֿון אים איז מײַן האָפֿונג. 7 נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך ניט אױסגליטשן. 8 בײַ גאָט איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד; דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין גאָט. 9 פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים אין יעטװעדער צײַט, איר פֿאָלק, גיסט אױס פֿאַר אים אײַער האַרץ; גאָט איז אונדז אַ באַשיצונג. סֶלָה. 10 בלױז אַ הױך זײַנען די מענטשנקינדער, אַן אָפּנאַר די אָנגעזעענע לײַט; װען מע זאָל אױף אַ װאָגשאָל אַרױפֿלײגן, זײַנען זײ אין אײנעם אַ הױך. 11 איר זאָלט אײַך ניט פֿאַרזיכערן אױף רױב, און ניט נאַרן אױף גזלה זאָלט איר אײַך. אַז דער פֿאַרמעג װאַקסט, זאָלט איר ניט לײגן קײן אַכט. 12 אײן מאָל האָט גאָט גערעדט, צװײ מאָל האָב איך דאָס געהערט, אַז שטאַרקײט איז בײַ גאָט. 13 און בײַ דיר, גאָט, איז גענאָד, װאָרום דו באַצאָלסט איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.
Hebrew
1 לַמְנַצֵּ֥חַ עַֽל־יְדוּת֗וּן מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 אַ֣ךְ אֶל־אֱ֭לֹהִים דּֽוּמִיָּ֣ה נַפְשִׁ֑י מִ֝מֶּ֗נּוּ יְשׁוּעָתִֽי׃ 3 אַךְ־ה֣וּא צ֭וּרִי וִֽישׁוּעָתִ֑י מִ֝שְׂגַּבִּ֗י לֹא־אֶמּ֥וֹט רַבָּֽה׃ 4 עַד־אָ֤נָה תְּהֽוֹתְת֣וּ עַל אִישׁ֮ תְּרָצְּח֪וּ כֻ֫לְּכֶ֥ם כְּקִ֥יר נָט֑וּי גָּ֝דֵ֗ר הַדְּחוּיֽ͏ָה׃ 5 אַ֤ךְ מִשְּׂאֵת֨וֹ יָעֲצ֣וּ לְהַדִּיחַ֮ יִרְצ֪וּ כָ֫זָ֥ב בְּפִ֥יו יְבָרֵ֑כוּ וּ֝בְקִרְבָּ֗ם יְקַלְלוּ־סֶֽלָה׃ 6 אַ֣ךְ לֵ֭אלֹהִים דּ֣וֹמִּי נַפְשִׁ֑י כִּי־מִ֝מֶּ֗נּוּ תִּקְוָתִֽי׃ 7 אַךְ־ה֣וּא צ֭וּרִי וִֽישׁוּעָתִ֑י מִ֝שְׂגַּבִּ֗י לֹ֣א אֶמּֽוֹט׃ 8 עַל־אֱ֭לֹהִים יִשְׁעִ֣י וּכְבוֹדִ֑י צוּר־עֻזִּ֥י מַ֝חְסִ֗י בֵּֽאלֹהִֽים׃ 9 בִּטְח֘וּ ב֤וֹ בְכָל־עֵ֨ת עָ֗ם שִׁפְכֽוּ־לְפָנָ֥יו לְבַבְכֶ֑ם אֱלֹהִ֖ים מַחֲסֶה־לָּ֣נוּ סֶֽלָה׃ 10 אַ֤ךְ הֶ֥בֶל בְּנֵֽי־אָדָם֮ כָּזָ֪ב בְּנֵ֫י אִ֥ישׁ בְּמֹאזְנַ֥יִם לַעֲל֑וֹת הֵ֝֗מָּה מֵהֶ֥בֶל יָֽחַד׃ 11 אַל־תִּבְטְח֣וּ בְעֹשֶׁק֮ וּבְגָזֵ֪ל אַל־תֶּ֫הְבָּ֥לוּ חַ֤יִל כִּֽי־יָנ֑וּב אַל־תָּשִׁ֥יתוּ לֵֽב׃ 12 אַחַ֤ת דִּבֶּ֬ר אֱלֹהִ֗ים שְׁתַּֽיִם־ז֥וּ שָׁמָ֑עְתִּי כִּ֥י עֹ֝֗ז לֵאלֹהִֽים׃ 13 וּלְךָֽ־אֲדֹנָ֥י חָ֑סֶד כִּֽי־אַתָּ֨ה תְשַׁלֵּ֖ם לְאִ֣ישׁ כְּֽמַעֲשֵֽׂהוּ׃