Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון שָאולן אין דער הײל. 2 לײַטזעליק מיך, גאָט, לײַטזעליק מיך, װאָרום אין דיר האָט זיך געשיצט מײַן זעל, און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען װעל איך מיך שיצןביז די אומגליקן װעלן אַריבער. 3 איך װעל רופֿן צו גאָט דעם אױבערשטן, צו גאָט װאָס פֿירט אױס פֿאַר מיר. 4 ער װעט שיקן פֿון הימל, און מיך העלפֿן, מעג לעסטערן דער װאָס װיל מיך אײַנשלינגען, סֶלָה; גאָט װעט שיקן זײַן חֶסד און זײַן טרײַשאַפֿט. 5 מײַן זעל איז צװישן לײבן, איך ליג צװישן מענטשנקינדער לָהוטע; זײערע צײן זײַנען שפּיזן און פֿײַלן, און זײער צונג אַ שװערד אַ שאַרפֿע. 6 דערהײב דיך איבער די הימלען, גאָט, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד. 7 אַ נעץ האָבן זײ אָנגעברײט פֿאַר מײַנע טריט, מע האָט אײַנגעבױגן מײַן זעל; זײ האָבן געגראָבן פֿאַר מיר אַ גרוב, זײַנען זײ אַלײן אַרײַנגעפֿאַלן אין איר. סֶלָה. 8 פֿעסט איז מײַן האַרץ, גאָט, פֿעסט איז מײַן האַרץ, איך װעל זינגען און שפּילן. 9 דערװעק דיך, מײַן זעל, דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף; לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען. 10 איך װעל דיך לױבן צװישן די פֿעלקער, גאָט, איך װעל דיך באַזינגען צװישן די אומות. 11 װאָרום גרױס ביז די הימלען איז דײַן חֶסד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט. 12 דערהײב דיך איבער די הימלען, גאָט, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.
Hebrew
1 לַמְנַצֵּ֣חַ אַל־תַּ֭שְׁחֵת לְדָוִ֣ד מִכְתָּ֑ם בְּבָרְח֥וֹ מִפְּנֵי־שָׁ֝א֗וּל בַּמְּעָרֽ͏ָה׃ 2 חָנֵּ֤נִי אֱלֹהִ֨ים חָנֵּ֗נִי כִּ֥י בְךָ֮ חָסָ֪יָה נַ֫פְשִׁ֥י וּבְצֵֽל־כְּנָפֶ֥יךָ אֶחְסֶ֑ה עַ֝֗ד יַעֲבֹ֥ר הַוּֽוֹת׃ 3 אֶ֭קְרָא לֵֽאלֹהִ֣ים עֶלְי֑וֹן לָ֝אֵ֗ל גֹּמֵ֥ר עָלָֽי׃ 4 יִשְׁלַ֤ח מִשָּׁמַ֨יִם וְֽיוֹשִׁיעֵ֗נִי חֵרֵ֣ף שֹׁאֲפִ֣י סֶ֑לָה יִשְׁלַ֥ח אֱ֝לֹהִ֗ים חַסְדּ֥וֹ וַאֲמִתּֽוֹ׃ 5 נַפְשִׁ֤י בְּת֥וֹךְ לְבָאִם֮ אֶשְׁכְּבָ֪ה לֹ֫הֲטִ֥ים בְּֽנֵי־אָדָ֗ם שִׁ֭נֵּיהֶם חֲנִ֣ית וְחִצִּ֑ים וּ֝לְשׁוֹנָ֗ם חֶ֣רֶב חַדָּֽה׃ 6 ר֣וּמָה עַל־הַשָּׁמַ֣יִם אֱלֹהִ֑ים עַ֖ל כָּל־הָאָ֣רֶץ כְּבוֹדֶֽךָ׃ 7 רֶ֤שֶׁת הֵכִ֣ינוּ לִפְעָמַי֮ כָּפַ֪ף נַ֫פְשִׁ֥י כָּר֣וּ לְפָנַ֣י שִׁיחָ֑ה נָפְל֖וּ בְתוֹכָ֣הּ סֶֽלָה׃ 8 נָ֘כ֤וֹן לִבִּ֣י אֱ֭לֹהִים נָכ֣וֹן לִבִּ֑י אָ֝שִׁ֗ירָה וַאֲזַמֵּֽרָה׃ 9 ע֤וּרָה כְבוֹדִ֗י ע֭וּרָֽה הַנֵּ֥בֶל וְכִנּ֗וֹר אָעִ֥ירָה שָּֽׁחַר׃ 10 אוֹדְךָ֖ בָעַמִּ֥ים אֲדֹנָ֑י אֲ֝זַמֶּרְךָ֗ בַּל־אֻמִּֽים׃ 11 כִּֽי־גָדֹ֣ל עַד־שָׁמַ֣יִם חַסְדֶּ֑ךָ וְֽעַד־שְׁחָקִ֥ים אֲמִתֶּֽךָ׃ 12 ר֣וּמָה עַל־שָׁמַ֣יִם אֱלֹהִ֑ים עַ֖ל כָּל־הָאָ֣רֶץ כְּבוֹדֶֽךָ׃