Yiddish
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף מַחלַת; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.
2
דער נידערטרעכטיקער זאָגט אין זײַן האַרצן: ניטאָ קײן גאָט! פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, און מיאוסע אומרעכט טוען זײ; קײנער טוט ניט קײן גוטס.
3
גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער, צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט גאָט.
4
איטלעכער איז אָפּגעפֿאַלן, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן, קײנער טוט ניט קײן גוטס, ניט צו מאָל אײנער.
5
פֿאַר װאָר, דערשפּירן װעלן די טוער פֿון אומרעכט, די װאָס עסן מײַן פֿאָלק װי מע עסט ברױט, די װאָס רופֿן ניט גאָט.
6
אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט, װוּ קײן אַנגסט איז ניט געװען, װאָרום גאָט האָט צעשאָטן די בײנער פֿון דײַן באַלעגערער; האָסט זײ געמאַכט צו שאַנד, װײַל גאָט האָט זײ פֿאַראַכט.
7
װען קומט פֿון צִיון די ישועה פֿון ישׂראל? װען גאָט קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען ישׂראל.