Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער אױף נחילות; אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 פֿאַרנעם מײַנע װערטער, גאָט. מערק מײַן זיפֿצעניש. 3 האָרך צום קָול פֿון מײַן געשרײ, מײַן קיניג און מײַן גאָט, װאָרום צו דיר טו איך בעטן. 4 יהוה, פֿרימאָרגנס הער צו מײַן קָול, פֿרימאָרגנס טענה איך צו דיר, און קוק אױס. 5 װאָרום ניט אַ גאָט װאָס װיל אומרעכט ביסטו, בײַ דיר קען ניט װײַלן קײן שלעכטס. 6 פּראָלער קענען ניט שטײן פֿאַר דײַנע אױגן, האָסט פֿײַנט אַלע טוער פֿון אומרעכט. 7 ברענגסט אונטער די װאָס רעדן ליגן; דעם מאַן פֿון בלוט און באַטרוג פֿאַראומװערדיקט גאָט. 8 אָבער איך װעל קומען אין דײַן הױז דורך דײַן גרױס גענאָד, איך װעל מיך בוקן אין דײַן הײליקן טעמפּלצװישן דײַנע פֿאָרכטער. 9 גאָט, פֿיר מיך אין דײַן גערעכטיקײטפֿון װעגן מײַנע לױערער, מאַך גלײַך דײַן װעג פֿאַר מיר. 10 װאָרום ניטאָ אין זײער מױל קײן ריכטיקײט, זײער אינגעװײד איז אַן אונטערגאַנג, אַן אָפֿענער קבֿר איז זײער קעל; זײער צונג מאַכן זײ גלאַט. 11 פֿאַרמשפּט זײ גאָט, זאָלן זײ פֿאַלן דורך זײערע באַראָטן; פֿאַרשטױס זײ פֿאַר זײערע פֿיל פֿאַרברעכן, װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן דיר. 12 און אַלע װאָס שיצן זיך אין דיר, װעלן זיך פֿרײען, אײביק װעלן זײ זינגען, װאָרום װעסט זײ באַשירעמען, און די ליבהאָבער פֿון דײַן נאָמעןװעלן זײַן לוסטיק מיט דיר. 13 װאָרום דו בענטשסט דעם צדיק, גאָט, װי אַ פּאַנצער מיט גוטװיליקײט רינגלסטו אים אַרום.
Hebrew
1 לַמְנַצֵּ֥חַ אֶֽל־הַנְּחִיל֗וֹת מִזְמ֥וֹר לְדָוִֽד׃ 2 אֲמָרַ֖י הַאֲזִ֥ינָה יְהוָ֗ה בִּ֣ינָה הֲגִֽיגִי׃ 3 הַקְשִׁ֤יבָה לְק֬וֹל שַׁוְעִ֗י מַלְכִּ֥י וֵאלֹהָ֑י כִּֽי־אֵ֝לֶ֗יךָ אֶתְפַּלָּֽל׃ 4 יְֽהוָ֗ה בֹּ֭קֶר תִּשְׁמַ֣ע קוֹלִ֑י בֹּ֥קֶר אֶֽעֱרָךְ־לְ֝ךָ֗ וַאֲצַפֶּֽה׃ 5 כִּ֤י לֹ֤א אֵֽל־חָפֵ֘ץ רֶ֥שַׁע אָ֑תָּה לֹ֖א יְגֻרְךָ֣ רָֽע׃ 6 לֹֽא־יִתְיַצְּב֣וּ הֽ֭וֹלְלִים לְנֶ֣גֶד עֵינֶ֑יךָ שָׂ֝נֵ֗אתָ כָּל־פֹּ֥עֲלֵי אָֽוֶן׃ 7 תְּאַבֵּד֮ דֹּבְרֵ֪י כָ֫זָ֥ב אִישׁ־דָּמִ֥ים וּמִרְמָ֗ה יְתָ֘עֵ֥ב יְהוָֽה׃ 8 וַאֲנִ֗י בְּרֹ֣ב חַ֭סְדְּךָ אָב֣וֹא בֵיתֶ֑ךָ אֶשְׁתַּחֲוֶ֥ה אֶל־הֽ͏ֵיכַל־קָ֝דְשְׁךָ֗ בְּיִרְאָתֶֽךָ׃ 9 יְהוָ֤ה נְחֵ֬נִי בְצִדְקָתֶ֗ךָ לְמַ֥עַן שׁוֹרְרָ֑י הושר לְפָנַ֣י דַּרְכֶּֽךָ׃ 10 כִּ֤י אֵ֪ין בְּפִ֡יהוּ נְכוֹנָה֮ קִרְבָּ֪ם הַ֫וּ֥וֹת קֶֽבֶר־פָּת֥וּחַ גְּרוֹנָ֑ם לְ֝שׁוֹנָ֗ם יַחֲלִֽיקוּן׃ 11 הַֽאֲשִׁימֵ֨ם אֱ‍ֽלֹהִ֗ים יִפְּלוּ֮ מִֽמֹּעֲצ֪וֹתֵ֫יהֶ֥ם בְּרֹ֣ב פִּ֭שְׁעֵיהֶם הַדִּיחֵ֑מוֹ כִּי־מָ֥רוּ בָֽךְ׃ 12 וְיִשְׂמְח֨וּ כָל־ח֪וֹסֵי בָ֡ךְ לְעוֹלָ֣ם יְ֭רַנֵּנוּ וְתָסֵ֣ךְ עָלֵ֑ימוֹ וְֽיַעְלְצ֥וּ בְ֝ךָ֗ אֹהֲבֵ֥י שְׁמֶֽךָ׃ 13 כִּֽי־אַתָּה֮ תְּבָרֵ֪ךְ צַ֫דִּ֥יק יְהוָ֑ה כַּ֝צִּנָּ֗ה רָצ֥וֹן תַּעְטְרֶֽנּוּ׃