Yiddish
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מזמור פֿון דָוִדן.
2
אַז איך רוף, ענטפֿער מיר, גאָט מײַן גערעכטער; אין ענגעניש זאָלסטו מיר דערברײטערן; לײַטזעליק מיך, און הער צו מײַן תּפֿילה.
3
איר מענטשנקינדער, ביז װאַנעןװעט מײַן כּבֿוד צו שאַנד זײַן, װעט איר ליב האָבן נישטיקײט, װעט איר זוכן ליגן? סֶלָה.
4
אָבער זײַט װיסן, אַז גאָט שײדט אָפּ זײַן פֿרומען, גאָט װעט הערן אַז איך װעל רופֿן צו אים.
5
ציטערט און איר זאָלט ניט זינדיקן, באַקלערט אין אײַער האַרצן אױף אײַער געלעגער, און װערט אַנטשװיגן. סֶלָה.
6
שלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט, און פֿאַרזיכערט אײַך אױף גאָט.
7
פֿיל זאָגן: װער װעט אונדז װײַזן גוטס? גאָט, הײב דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים אױף אונדז.
8
האָסט מיר געגעבן מער שִׂמחה אין האַרצן, װי בעת זײער תּבֿואה און זײער װײַן זײַנען פֿיל.
9
בשלום װי איך לײג זיך אַזױ שלאָף איך אײַן, װאָרום דו גאָט מאַכסט מיך װױנען באַזונדער אין זיכערקײט.