Yiddish
1
הַלְלוּיָה. לױבט גאָט אין זײַן הײליקטום, לױבט אים אין זײַן מאַכטיקן הימל.
2
לױבט אים װעגן זײַנע גבֿורות, לױבט אים לױט זײַן פֿיל גרױסקײט.
3
לױבט אים מיט בלאָזונג פֿון שופֿר, לױבט אים מיט גיטאַר און האַרף.
4
לױבט אים מיט פּױק און טאַנץ, לױבט אים מיט סטרונעס און פֿלײט.
5
לױבט אים מיט קלינגעדיקע צימבלען, לױבט אים מיט הילכיקע צימבלען.
6
אַלץ װאָס אָטעמט זאָל לױבן יָה. הַלְלוּיָה.