Yiddish
1
הַלְלוּיָה. זינגט צו גאָט אַ נײַ געזאַנג, זײַן לױב אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די פֿרומע.
2
זאָל זיך פֿרײען ישׂראל מיט זײַן באַשעפֿער, די קינדער פֿון צִיון זאָלן לוסטיק זײַן מיט זײער מלך.
3
זאָלן זײ לױבן זײַן נאָמען מיט טאַנץ, מיט פּױק און האַרף זאָלן זײ שפּילן צו אים.
4
װאָרום גאָט באַװיליקט זײַן פֿאָלק, ער באַשײנט די געדריקטע מיט הילף.
5
זאָלן די פֿרומע זיך פֿרײען אין כּבֿוד, זאָלן זײ זינגען אױף זײערע געלעגערס.
6
דערהײבונגען פֿון גאָט אין זײער קעל, און אַ צװײשאַרפֿיקע שװערד אין זײער האַנט,
7
צו טאָן אַ נקמה אָן די פֿעלקער, שטראָפֿונגען אױף די אומות;
8
צו שמידן זײערע מלכים אין קײטן, און זײערע אָנגעזעענע אין אײַזערנע רינגען;
9
צו טאָן אױף זײ דעם אָנגעשריבענעם משפּט. שײן װעט דאָס זײַן פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע. הַלְלוּיָה.