Yiddish
1
הַלְלוּיָה. לױבט גאָט, פֿון די הימלען, לױבט אים אין די הײכן.
2
לױבט אים, אַלע זײַנע מלאכים; לױבט אים, אַלע זײַנע חילות.
3
לױבט אים, זון און לבֿנה; לױבט אים, אַלע ליכטיקע שטערן.
4
לױבט אים, די הימלען פֿון די הימלען, און די װאַסערן װאָס איבער די הימלען.
5
זאָלן זײ לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט, װאָרום ער האָט באַפֿױלן, און זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן.
6
און ער האָט זײ אױפֿגעשטעלט אױף שטענדיק, אױף אײביק; ער האָט געשטעלט אַ געזעץ װאָס זאָל ניט פֿאַרגײן.
7
לױבט גאָט, פֿון דער ערד, איר ים-חיות און אַלע תּהומען;
8
פֿײַער און האָגל, שנײ און נעבל; דער שטורעמװינט װאָס טוט זײַן װאָרט;
9
בערג און אַלע הײכן, פֿרוכטבײמער און אַלע צעדערן;
10
חיות און אַלע בהמות, שרצים און געפֿליגלטע פֿױגלען;
11
מלכים פֿון דער ערד און אַלע פֿעלקער, האַרן און אַלע ריכטער פֿון דער ערד;
12
בחורים און אױך יונגפֿרױען, זקנים מיט ייִנגלעך.
13
זײ זאָלן לױבן דעם נאָמען פֿון גאָט, װאָרום זײַן נאָמען אַלײן איז דערהױבן; זײַן גלאַנץ איבער ערד און הימל.
14
און ער האָט דערהײכט דעם האָרן פֿון זײַן פֿאָלק – אַ לױב פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע, פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל, דעם פֿאָלק װאָס איז אים נאָנט. הַלְלוּיָה.