Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 הַלְלוּיָה; װאָרום גוט איז זינגען צו אונדזער גאָט, װאָרום עס איז ליבלעך; שײן איז דאָס לױבן. 2 גאָט בױט ירושלים, די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל װעט ער אײַנזאַמלען; 3 דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער, און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן. 4 ער צײלט דעם מספּר פֿון די שטערן, זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן. 5 גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוח, ניטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט. 6 גאָט ריכט אױף די געדריקטע, ער דערנידערט די רשָעים ביז דער ערד. 7 זינגט צו יהוה מיט דאַנק, שפּילט צו אונדזער גאָט אױף דער האַרף. 8 דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס, װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד, װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז. 9 ער גיט דער בהמה איר שפּײַז, די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן. 10 ניט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער, ניט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער. 11 גאָט װיל די װאָס פֿאָרכטן אים, די װאָס האַרן אױף זײַן חֶסד. 12 גיב אַ שבֿח צו יהוה, ירושלים, לױב דײַן גאָט, צִיון. 13 װאָרום ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון דײַנע טױערן, ער האָט געבענטשט דײַנע קינדער אין דיר; 14 דער װאָס גיט דײַן געמאַרק שלום, דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ; 15 דער װאָס שיקט זײַן אָנזאָג אױף דער ערד – אױף גיך לױפֿט זײַן װאָרט; 16 דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל, פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן. 17 ער װאַרפֿט זײַן אײַז אַזױ װי ברעקלעך; פֿאַר זײַן קעלט װער קען באַשטײן? 18 ער שיקט זײַן װאָרט, און מאַכט זײ צעגײן; ער מאַכט בלאָזן זײַן װינט, רינען װאַסערן. 19 ער זאָגט זײַנע װערטער צו יעקבֿ, זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן צו ישׂראל. 20 ער האָט אַזױ ניט געטאָן צו קײן פֿאָלק, און געזעצן, דערפֿון װײסן זײ ניט. הַלְלוּיָה.
Hebrew
1 הַ֥לְלוּ יָ֨הּ כִּי־ט֭וֹב זַמְּרָ֣ה אֱלֹהֵ֑ינוּ כִּֽי־נָ֝עִים נָאוָ֥ה תְהִלָּֽה׃ 2 בּוֹנֵ֣ה יְרוּשָׁלַ֣͏ִם יְהוָ֑ה נִדְחֵ֖י יִשְׂרָאֵ֣ל יְכַנֵּֽס׃ 3 הָ֭רֹפֵא לִשְׁב֣וּרֵי לֵ֑ב וּ֝מְחַבֵּ֗שׁ לְעַצְּבוֹתָֽם׃ 4 מוֹנֶ֣ה מִ֭סְפָּר לַכּוֹכָבִ֑ים לְ֝כֻלָּ֗ם שֵׁמ֥וֹת יִקְרָֽא׃ 5 גָּד֣וֹל אֲדוֹנֵ֣ינוּ וְרַב־כֹּ֑חַ לִ֝תְבוּנָת֗וֹ אֵ֣ין מִסְפָּֽר׃ 6 מְעוֹדֵ֣ד עֲנָוִ֣ים יְהוָ֑ה מַשְׁפִּ֖יל רְשָׁעִ֣ים עֲדֵי־אָֽרֶץ׃ 7 עֱנ֣וּ לַיהוָ֣ה בְּתוֹדָ֑ה זַמְּר֖וּ לֵאלֹהֵ֣ינוּ בְכִנּֽוֹר׃ 8 הַֽמְכַסֶּ֬ה שָׁמַ֨יִם בְּעָבִ֗ים הַמֵּכִ֣ין לָאָ֣רֶץ מָטָ֑ר הַמַּצְמִ֖יחַ הָרִ֣ים חָצִֽיר׃ 9 נוֹתֵ֣ן לִבְהֵמָ֣ה לַחְמָ֑הּ לִבְנֵ֥י עֹ֝רֵ֗ב אֲשֶׁ֣ר יִקְרָֽאוּ׃ 10 לֹ֤א בִגְבוּרַ֣ת הַסּ֣וּס יֶחְפָּ֑ץ לֹֽא־בְשׁוֹקֵ֖י הָאִ֣ישׁ יִרְצֶֽה׃ 11 רוֹצֶ֣ה יְ֭הוָה אֶת־יְרֵאָ֑יו אֶת־הַֽמְיַחֲלִ֥ים לְחַסְדּֽוֹ׃ 12 שַׁבְּחִ֣י יְ֭רוּשָׁלִַם אֶת־יְהוָ֑ה הַֽלְלִ֖י אֱלֹהַ֣יִךְ צִיּֽוֹן׃ 13 כִּֽי־חִ֭זַּק בְּרִיחֵ֣י שְׁעָרָ֑יִךְ בֵּרַ֖ךְ בָּנַ֣יִךְ בְּקִרְבֵּֽךְ׃ 14 הַשָּׂם־גְּבוּלֵ֥ךְ שָׁל֑וֹם חֵ֥לֶב חִ֝טִּ֗ים יַשְׂבִּיעֵֽךְ׃ 15 הַשֹּׁלֵ֣חַ אִמְרָת֣וֹ אָ֑רֶץ עַד־מְ֝הֵרָ֗ה יָר֥וּץ דְּבָרֽוֹ׃ 16 הַנֹּתֵ֣ן שֶׁ֣לֶג כַּצָּ֑מֶר כְּ֝פ֗וֹר כָּאֵ֥פֶר יְפַזֵּֽר׃ 17 מַשְׁלִ֣יךְ קַֽרְח֣וֹ כְפִתִּ֑ים לִפְנֵ֥י קָ֝רָת֗וֹ מִ֣י יַעֲמֹֽד׃ 18 יִשְׁלַ֣ח דְּבָר֣וֹ וְיַמְסֵ֑ם יַשֵּׁ֥ב ר֝וּח֗וֹ יִזְּלוּ־מָֽיִם׃ 19 מַגִּ֣יד דברו לְיַעֲקֹ֑ב חֻקָּ֥יו וּ֝מִשְׁפָּטָ֗יו לְיִשְׂרָאֵֽל׃ 20 לֹ֘א עָ֤שָׂה כֵ֨ן לְכָל־גּ֗וֹי וּמִשְׁפָּטִ֥ים בַּל־יְדָע֗וּם הַֽלְלוּ־יָֽהּ׃