Yiddish
1
הַלְלוּיָה. לױב גאָט, מײַן זעל; איך װעל לױבן גאָט כּל-זמן איך לעב,
2
איך װעל זינגען צו מײַן גאָט װי לאַנג איך בין.
3
איר זאָלט אײַך ניט פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן, אױף אַ מענטשנקינד װאָס ניטאָ בײַ אים קײן הילף.
4
גײט אױס זײַן אָטעם, קערט ער זיך אום צו זײַן שטױב; אין יענעם טאָג גײען אונטער זײַנע טראַכטונגען.
5
װױל צו דעם װאָס דער גאָט פֿון יעקבֿ איז זײַן הילף, װאָס זײַן אױסקוק איז אױף יהוה זײַן גאָט,
6
װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ; דער װאָס היט טרײַשאַפֿט אױף אײביק;
7
װאָס טוט רעכט צו די געדריקטע, װאָס גיט ברױט צו די הונגעריקע.
8
גאָט בינדט אָפּ די געבונדענע, גאָט מאַכט זעעדיק די בלינדע, גאָט שטעלט אױף די געבױגענע, גאָט האָט ליב די גערעכטע.
9
גאָט באַהיט די פֿרעמדע; דעם יתום און די אלמנה ריכט ער אױף, און דעם װעג פֿון די רשָעים פֿאַרדרײט ער.
10
יהוה װעט קיניגן אױף אײביק, דײַן גאָט, צִיון, אױף דָור-דורות. הַלְלוּיָה.