Yiddish
1
אַ מזמור פֿון דָוִדן. גאָט, איך רוף דיך, אײַל צו מיר, פֿאַרנעם מײַן קָול, אַז איך רוף צו דיר.
2
זאָל באַשטײן מײַן תּפֿילה װי װײַרױך פֿאַר דיר, די אױפֿהײבונג פֿון מײַנע הענט װי דער קרבן פֿון אָװנט.
3
מאַך, גאָט, אַ היטונג אױף מײַן מױל, גיב אַכט אױף דער טיר פֿון מײַנע ליפּן.
4
זאָלסט ניט נײַגן מײַן האַרץ צו אַ בײזער זאַך, צו טאָן טוּונגען אין שלעכטיקײטמיט לײַט װאָס װערקן אומרעכט; און לאָמיך ניט עסן פֿון זײערע זיסע שפּײַזן –
5
זאָל מיך שלאָגן דער צדיק אױס גינציקײט, און מיך שטראָפֿן; מײַן קאָפּ װעט ניט אָפּשטױסן דאָס טײַערע אײל – װאָרום תּמיד איז מײַן תּפֿילה אַקעגן זײערע בײזן.
6
זאָלן געשלײַדערט װערן אָן אַ פֿעלדז זײערע ריכטער; און מע זאָל הערן מײַנע װערטער אַז זײ זײַנען ליבלעך.
7
אַזױ װי װען מע שפּאַלט און ברעכט אױף די ערד, זײַנען צעשאָטן אונדזערע בײנער בײַם מױל פֿון אונטערערד.
8
װאָרום אױף דיר, גאָט דו האַר, זײַנען מײַנע אױגן; אין דיר שיץ איך מיך, זאָלסט ניט אױסגיסן מײַן זעל.
9
היט מיך פֿון דער פּאַסטקע װאָס זײ האָבן מיר געשטעלט, און פֿון די שטרױכלונגען פֿון די אומרעכטטוער.
10
זאָלן אַרײַנפֿאַלן אין זײערע נעצן די רשָעים, בעת איך אַלײן װעל אַריבערגײן.