Yiddish
1
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. פֿון די טיפֿענישן רוף איך דיך, גאָט.
2
גאָט, הער צו מײַן קָול; זאָלן דײַנע אױערן זײַן פֿאַרנעמיקצו דעם קָול פֿון מײַנע געבעטן.
3
אַז דו, גאָט, זאָלסט אַכטן אױף זינד, װער, גאָט, קען באַשטײן?
4
װאָרום בײַ דיר איז פֿאַרגעבונג, דרום װערסטו געפֿאָרכט.
5
איך האָב געהאָפֿט אױף גאָט, געהאָפֿט האָט מײַן זעל, און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
6
מײַן זעל קוקט אױס אױף גאָטמער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן, װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן.
7
האַר, ישׂראל, אױף גאָט, װאָרום בײַ גאָט איז גענאָד, און בײַ אים איז גרױס אױסלײזונג.
8
און ער װעט אױסלײזן ישׂראל פֿון אַלע זײַנע זינד.