Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן. אַז גאָט בױט ניט אַ הױז, אומזיסט מיִען זיך זײַנע בױערס אױף אים; אַז גאָט היט ניט אַ שטאָט, אומזיסט װאַכט דער שומר. 2 אומזיסט אײַך, איר װאָס פֿעדערט אײַך אױפֿצושטײן, װאָס זיצט-אױף שפּעט, װאָס עסט ברױט מיט מאַטערניש; אַזױ װאָס גיט ער זײַן באַליבטן אין שלאָף. 3 זע, די אַרב פֿון גאָט זײַנען קינדער, דער שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב. 4 װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גִבור, אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט. 5 װױל צו דעם מאַןװאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ! זײ װעלן ניט פֿאַרשעמט װערן, אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.
Hebrew
1 שִׁ֥יר הַֽמַּֽעֲל֗וֹת לִשְׁלֹ֫מֹ֥ה אִם־יְהוָ֤ה לֹא־יִבְנֶ֬ה בַ֗יִת שָׁ֤וְא עָמְל֣וּ בוֹנָ֣יו בּ֑וֹ אִם־יְהוָ֥ה לֹֽא־יִשְׁמָר־עִ֝֗יר שָׁ֤וְא שָׁקַ֬ד שׁוֹמֵֽר׃ 2 שָׁ֤וְא לָכֶ֨ם מַשְׁכִּ֪ימֵי ק֡וּם מְאַֽחֲרֵי־שֶׁ֗בֶת אֹ֭כְלֵי לֶ֣חֶם הָעֲצָבִ֑ים כֵּ֤ן יִתֵּ֖ן לִֽידִיד֣וֹ שֵׁנָֽא׃ 3 הִנֵּ֤ה נַחֲלַ֣ת יְהוָ֣ה בָּנִ֑ים שָׂ֝כָ֗ר פְּרִ֣י הַבָּֽטֶן׃ 4 כְּחִצִּ֥ים בְּיַד־גִּבּ֑וֹר כֵּ֝֗ן בְּנֵ֣י הַנְּעוּרִֽים׃ 5 אַשְׁרֵ֤י הַגֶּ֗בֶר אֲשֶׁ֤ר מִלֵּ֥א אֶת־אַשְׁפָּת֗וֹ מֵ֫הֶ֥ם לֹֽא־יֵבֹ֑שׁוּ כִּֽי־יְדַבְּר֖וּ אֶת־אוֹיְבִ֣ים בַּשָּֽׁעַר׃