Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר: לאָמיר גײן אין גאָטס הױז. 2 אונדזערע פֿיס שטײען אין דײַנע טױערן, ירושלים; 3 ירושלים װאָס איז אױפֿגעבױטװי אַ שטאָט װאָס איז זיך באַהעפֿט אין אײנעם; 4 װאָס אַהין גײען אַרױף די שבֿטים, די שבֿטים פֿון יָה, פֿאַר אַן עדות צו ישׂראל, צו דאַנקען דעם נאָמען פֿון גאָט. 5 װאָרום דאָרטן שטײען טראָנען פֿון משפּט, די טראָנען פֿון דָוִדס הױז. 6 בעט פֿאַר דעם שלום פֿון ירושלים; זאָלן אין שַלוה זײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער. 7 זאָל זײַן שלום אין דײַן מױער, שַלוה אין דײַנע פּאַלאַצן. 8 פֿון װעגן מײַנע ברידער און מײַנע חבֿריםלאָמיך זאָגן: שלום אין דיר! 9 פֿון װעגן דעם הױז פֿון יהוה אונדזער גאָטװינטש איך דיר גוטס.
Hebrew
1 שִׁ֥יר הַֽמַּעֲל֗וֹת לְדָ֫וִ֥ד שָׂ֭מַחְתִּי בְּאֹמְרִ֣ים לִ֑י בֵּ֖ית יְהוָ֣ה נֵלֵֽךְ׃ 2 עֹ֭מְדוֹת הָי֣וּ רַגְלֵ֑ינוּ בִּ֝שְׁעָרַ֗יִךְ יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 3 יְרוּשָׁלַ֥͏ִם הַבְּנוּיָ֑ה כְּ֝עִ֗יר שֶׁחֻבְּרָה־לָּ֥הּ יַחְדָּֽו׃ 4 שֶׁשָּׁ֨ם עָל֪וּ שְׁבָטִ֡ים שִׁבְטֵי־יָ֭הּ עֵד֣וּת לְיִשְׂרָאֵ֑ל לְ֝הֹד֗וֹת לְשֵׁ֣ם יְהוָֽה׃ 5 כִּ֤י שָׁ֨מָּה יָשְׁב֣וּ כִסְא֣וֹת לְמִשְׁפָּ֑ט כִּ֝סְא֗וֹת לְבֵ֣ית דָּוִֽיד׃ 6 שַׁ֭אֲלוּ שְׁל֣וֹם יְרוּשָׁלָ֑͏ִם יִ֝שְׁלָ֗יוּ אֹהֲבָֽיִךְ׃ 7 יְהִֽי־שָׁל֥וֹם בְּחֵילֵ֑ךְ שַׁ֝לְוָ֗ה בְּאַרְמְנוֹתָֽיִךְ׃ 8 לְ֭מַעַן אַחַ֣י וְרֵעָ֑י אֲדַבְּרָה־נָּ֖א שָׁל֣וֹם בָּֽךְ׃ 9 לְ֭מַעַן בֵּית־יְהוָ֣ה אֱלֹהֵ֑ינוּ אֲבַקְשָׁ֖ה ט֣וֹב לָֽךְ׃