Yiddish
1
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שמינית; אַ מזמור פֿון דָוִדן.
2
העלף, גאָט, װאָרום געענדיקט האָבן זיך די פֿרומע, װאָרום אױסגעגאַנגען זײַנען די געטרײַע פֿון די מענטשנקינדער.
3
פֿאַלש רעדן זײ אײנער מיטן אַנדערן, מיט אַ גלאַטער ליפּ, מיט אַ צװײיִקן האַרצן רעדן זײ.
4
גאָט זאָל פֿאַרשנײַדן אַלע גלאַטע ליפּן, די צונג װאָס רעדט גרױס!
5
די װאָס זאָגן: מיט אונדזער צונג זײַנען מיר שטאַרק, אונדזערע ליפּן זײַנען מיט אונדז, װער איז אונדז אַ האַר?
6
פֿון װעגן דער באַרױבונג פֿון די אָרימע, פֿון װעגן דעם קרעכצן פֿון די באַדערפֿטיקע, אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט גאָט; איך װעל באַשערן מיט הילףדעם װאָס מע בלאָזט אױף אים.
7
די װערטער פֿון גאָט זײַנען רײנע װערטער, זילבער געשמאָלצן אין אַ טיגל אױף דער ערד, זיבן מאָל געלײַטערט.
8
דו גאָט װעסט זײ היטן, װעסט זײ אײביק באַהיטן פֿון דאָזיקן דָור.
9
אומעטום גײען אום די רשָעים, װען געמײנקײט װערט דערהױבן בײַ די מענטשנקינדער.