Yiddish
1
הַלְלוּיָה. איך װעל לױבן גאָט מיטן גאַנצן האַרצן, אין אַ געזעמל פֿון רעכטפֿאַרטיקע און אַן עדה.
2
די װערק פֿון גאָט זײַנען גרױס, זײ װערן געפֿאָרשט פֿון אַלע װאָס גאַרן זײ.
3
פּראַכט און שײנקײט איז זײַן טוּונג, און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק.
4
ער האָט געמאַכט אַן אָנדענק פֿאַר זײַנע װוּנדער; גאָט איז דערבאַרימדיק און לײַטזעליק.
5
ער גיט שפּײַז צו די װאָס פֿאָרכטן אים, ער געדענקט אױף אײביק זײַן בונד.
6
די שטאַרקײט פֿון זײַנע װערק האָט ער געװיזן זײַן פֿאָלק, כּדי זײ צו געבן די אַרב פֿון די פֿעלקער.
7
די װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען אמת און גערעכטיקײט, זיכער זײַנען אַלע זײַנע באַפֿעלן;
8
אױפֿגעהאַלטן אױף אײביק און שטענדיק, געמאַכט מיט אמת און יושר.
9
אַן אױסלײזונג האָט ער געשיקט צו זײַן פֿאָלק; ער האָט באַפֿױלן אױף אײביק זײַן בונד; הײליק און פֿאָרכטיק איז זײַן נאָמען.
10
דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר גאָט; װױלפֿאַרשטאַנדיקײט איז בײַ אַלע װאָס טוען דאָס.