Yiddish
1
פֿון דָוִדן אַ מזמור. גאָט זאָגט צו מײַן האַר: זיץ בײַ מײַן רעכטער האַנט, ביז איך װעל מאַכן דײַנע פֿײַנטפֿאַר אַ בענקל צו דײַנע פֿיס.
2
דעם צעפּטער פֿון דײַן מאַכט װעט גאָט אױסשטרעקן פֿון צִיון; געװעלטיק צװישן דײַנע פֿײַנט.
3
דײַן פֿאָלק באָט זיך אָןאין טאָג פֿון דײַן מלחמה; אין הײליקער שײנקײט, פֿון טראַכט פֿון באַגינען, קומט דיר דער טױ פֿון דײַן יוגנט.
4
גאָט האָט געשװאָרן, און װעט ניט חרטה האָבן: ביסט אַ כּהן אױף אײביק, אױפֿן שטײגער פֿון מַלכּי-צדק.
5
גאָט בײַ דײַן רעכטער האַנטצעהאַקט מלכים אין טאָג פֿון זײַן צאָרן.
6
ער װעט טאָן אַ משפּט צװישן די פֿעלקער; ער פֿילט אָן מיט טױטע לײַבער; ער צעהאַקט קעפּ אױף אַ ברײטן לאַנד.
7
פֿון באַך אױפֿן װעג װעט ער טרינקען; דרום װעט ער אױפֿהײבן דעם קאָפּ.