Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 אַ געזאַנג, אַ מזמור פֿון דָוִדן. 2 פֿעסט איז מײַן האַרץ, גאָט, איך װעל זינגען און שפּילן, יאָ, מיט מײַן זעל. 3 דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף; לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען. 4 איך װעל דיך לױבן, גאָט, צװישן די פֿעלקער, און דיך באַזינגען צװישן די אומות. 5 װאָרום גרױס איבער די הימלען איז דײַן חֶסד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט. 6 דערהײב דיך איבער די הימלען, גאָט, און איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד. 7 כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר. 8 גאָט האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן; איך װעל צעטײלן שכם, און דעם טאָל סוכּות װעל איך אױסמעסטן. 9 מײַן איז גִלעָד, מײַן איז מנשה, און אפֿרַיִם איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער. 10 מואָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ, אױף אדום װאַרף איך מײַן שוך, איבער פּלֶשֶת טו איך שאַלן. 11 װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט, װער פֿירט מיך קײן אדום? 12 פֿאַר װאָר, גאָט, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײסט ניט אַרױס, גאָט, מיט אונדזערע מחנות. 13 גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרום נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן. 14 מיט גאָט װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.
Hebrew
1 שִׁ֖יר מִזְמ֣וֹר לְדָוִֽד׃ 2 נָכ֣וֹן לִבִּ֣י אֱלֹהִ֑ים אָשִׁ֥ירָה וַ֝אֲזַמְּרָ֗ה אַף־כְּבוֹדִֽי׃ 3 ע֭וּרָֽה הַנֵּ֥בֶל וְכִנּ֗וֹר אָעִ֥ירָה שָּֽׁחַר׃ 4 אוֹדְךָ֖ בָעַמִּ֥ים יְהוָ֑ה וַ֝אֲזַמֶּרְךָ֗ בַּל־אֻמִּֽים׃ 5 כִּֽי־גָד֣וֹל מֵֽעַל־שָׁמַ֣יִם חַסְדֶּ֑ךָ וְֽעַד־שְׁחָקִ֥ים אֲמִתֶּֽךָ׃ 6 ר֣וּמָה עַל־שָׁמַ֣יִם אֱלֹהִ֑ים וְעַ֖ל כָּל־הָאָ֣רֶץ כְּבוֹדֶֽךָ׃ 7 לְ֭מַעַן יֵחָלְצ֣וּן יְדִידֶ֑יךָ הוֹשִׁ֖יעָה יְמִֽינְךָ֣ וַעֲנֵֽנִי׃ 8 אֱלֹהִ֤ים דִּבֶּ֥ר בְּקָדְשׁ֗וֹ אֶעְלֹ֥זָה אֲחַלְּקָ֥ה שְׁכֶ֑ם וְעֵ֖מֶק סֻכּ֣וֹת אֲמַדֵּֽד׃ 9 לִ֤י גִלְעָ֨ד לִ֤י מְנַשֶּׁ֗ה וְ֭אֶפְרַיִם מָע֣וֹז רֹאשִׁ֑י יְ֝הוּדָ֗ה מְחֹקְקִֽי׃ 10 מוֹאָ֤ב סִ֬יר רַחְצִ֗י עַל־אֱ֭דוֹם אַשְׁלִ֣יךְ נַעֲלִ֑י עֲלֵֽי־פְ֝לֶ֗שֶׁת אֶתְרוֹעָֽע׃ 11 מִ֣י יֹ֭בִלֵנִי עִ֣יר מִבְצָ֑ר מִ֖י נָחַ֣נִי עַד־אֱדֽוֹם׃ 12 הֲלֹֽא־אֱלֹהִ֥ים זְנַחְתָּ֑נוּ וְֽלֹא־תֵצֵ֥א אֱ֝לֹהִ֗ים בְּצִבְאֹתֵֽינוּ׃ 13 הָֽבָה־לָּ֣נוּ עֶזְרָ֣ת מִצָּ֑ר וְ֝שָׁ֗וְא תְּשׁוּעַ֥ת אָדָֽם׃ 14 בֵּֽאלֹהִ֥ים נַעֲשֶׂה־חָ֑יִל וְ֝ה֗וּא יָב֥וּס צָרֵֽינוּ׃