Yiddish
1
אַ מזמור פֿון דָוִדן. גענאָד און גערעכטיקײט װעל איך באַזינגען, צו דיר גאָט װעל איך זינגען.
2
איך אַכט אױפֿן ערלעכן װעג; װען װעסטו קומען צו מיר? איך גײ אום אין מײַן הױזאין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן.
3
איך האַלט ניט פֿאַר מײַנע אױגןאַ נידערטרעכטיקע זאַך; דאָס טאָן פֿון די אָפּקערערס האָב איך פֿײַנט, עס טוט זיך ניט באַהעפֿטן אָן מיר.
4
אַ קרום האַרץ איז אָפּגעטאָן פֿון מיר, פֿון שלעכטיקײט װײס איך ניט.
5
דער װאָס באַרעדט אין פֿאַרבאָרגעניש זײַן חבֿר, אים האַק איך אָפּ; דער װאָס האָט האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ, אים קען איך ניט לײַדן.
6
מײַנע אױגן זײַנען אױף די געטרײַע פֿון לאַנד, זײ זאָלן זיצן מיט מיר; דער װאָס גײט אױפֿן װעג פֿון ערלעכקײט, ער איז אין מײַן דינסט.
7
אין מײַן הױז טאָר ניט זיצןדער װאָס באַגײט באַטרוג; דער װאָס רעדט ליגנסדער װאָס רעדט ליגנסקען ניט באַשטײן פֿאַר מײַנע אױגן.
8
אַלע פֿרימאָרגן פֿאַרשנײַד איך אַלע רשָעים פֿון לאַנד, כּדי צו פֿאַרשנײַדן פֿון גאָטס שטאָטאַלע טוער פֿון אומרעכט.