Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 זאַמלט אײַך אײַן און פֿאַרזאַמלט אײַך, איר אומפֿאַרשעמט פֿאָלק, 2 אײדער דער גזַר װערט געבאָרןװי שפּרײ פֿאַרגײט דער טאָגאײדער עס קומט אױף אײַך דער גרימצאָרן פֿון גאָט, אײדער עס קומט אױף אײַך דער טאָג פֿון גאָטס כּעס. 3 זוכט גאָט, איר אַלע פֿאַרליטענע פֿון לאַנד, װאָס האָט געטאָן זײַן געזעץ; זוכט גערעכטיקײט, זוכט עניװת, אפֿשר װעט איר פֿאַרבאָרגן װערן אין טאָג פֿון גאָטס כּעס. 4 װאָרום עזָה װעט אַ פֿאַרלאָזענע זײַן, און אַשקלון אַ װיסטעניש; אַשדוד, זי װעט מען אין מיטן טאָג אַרױסטרײַבן, און עקרון װעט אױסגעריסן װערן. 5 װײ, איר באַװױנער פֿון דער ים-געגנט, איר פֿאָלק פֿון כּרֵתים! דאָס װאָרט פֿון גאָט איז אױף אײַך, כּנַעַן, דו לאַנד פֿון די פּלִשתּים; און איך װעל דיך אונטערברענגעןאַז קײן באַװױנער זאָל ניט זײַן. 6 און די געגנט פֿון ים װעט זײַן פֿיטערפּלעצער, לאָנקעס פֿאַר פּאַסטוכער, און געהעפֿטן פֿאַר שאָף, 7 און עס װעט זײַן אַ חלקפֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה; זײ װעלן זיך דערױף פֿיטערן; אין די הײַזער פֿון אַשקלון װעלן זײ הױערן אין אָװנט; װאָרום יהוה זײער גאָט װעט זיך דערמאָנען אָן זײ, און װעט אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט. 8 איך האָב געהערט די לעסטערונג פֿון מואָבֿ, און די זידלערײַען פֿון די קינדער פֿון עמון, װאָס זײ האָבן געלעסטערט מײַן פֿאָלק, און זיך געגרײסט אַקעגן זײער געמאַרק. 9 דרום אַזױ װי איך לעב, זאָגט יהוה, דער גאָט פֿון צבֿאות, דער גאָט פֿון ישׂראל, אַז מואָבֿ װעט װי סדום װערן, און די קינדער פֿון עמון װי עַמורָה, אַ װירטשאַפֿט פֿון דערנער, און אַן אױסגראָבונג פֿון זאַלץ, און אַ װיסטעניש אױף אײביק; דער איבערבלײַב פֿון מײַן אומה װעט זײ צערױבן, און דער רעשט פֿון מײַן פֿאָלק װעט זײ אַרבן. 10 דאָס װעט זײ זײַן פֿאַר זײער שטאָלץ, װאָס זײ האָבן געלעסטערט, און זיך געגרײסטקעגן דער אומה פֿון גאָט פֿון צבֿאות. 11 מוראדיק איז גאָט אַקעגן זײ, װאָרום ער מאַכט אײַנגײן אַלע אָפּגעטער פֿון דער ערד, און בוקן װעלן זיך צו אים, איטלעכער פֿון זײַן אָרט, אַלע אינדזלען פֿון די פֿעלקער. 12 אױך איר כּוּשים, װעט זײַן דערשלאָגענע פֿון מײַן שװערד. 13 און ער װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט אַקעגן צפֿון, און װעט אונטערברענגען אשור, און מאַכן נינוֵה פֿאַר אַ װיסטעניש, אַ טריקעניש אַזױ װי אַ מדבר. 14 און הױערן אין איר װעלן סטאַדעס, חיות פֿון יעטװעדער מין; אי דער פּעליקאַן אי דער זומפּבושלװעלן נעכטיקן אױף אירע זײַלנקעפּ; קולות װעלן זינגען אין פֿענצטער, אַ חורבן װעט זײַן אױף דער שװעל, װאָרום איר צעדערװערק דעקט מען אָפּ. 15 דאָס איז די לוסטיקע שטאָטװאָס איז געזעסן אין זיכערקײט, װאָס האָט געזאָגט אין איר האַרצן: איך, און אחוץ מיר איז מער ניטאָ. װי איז זי געװאָרן צו װיסט, אַ הױעראָרט פֿאַר חיות! איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ, װעט שמוצערן, װעט װיגן זײַן האַנט.
Hebrew
1 הִֽתְקוֹשְׁשׁ֖וּ וָק֑וֹשּׁוּ הַגּ֖וֹי לֹ֥א נִכְסָֽף׃ 2 בְּטֶ֙רֶם֙ לֶ֣דֶת חֹ֔ק כְּמֹ֖ץ עָ֣בַר י֑וֹם בְּטֶ֣רֶם לֹא־יָב֣וֹא עֲלֵיכֶ֗ם חֲרוֹן֙ אַף־יְהוָ֔ה בְּטֶ֙רֶם֙ לֹא־יָב֣וֹא עֲלֵיכֶ֔ם י֖וֹם אַף־יְהוָֽה׃ 3 בַּקְּשׁ֤וּ אֶת־יְהוָה֙ כָּל־עַנְוֵ֣י הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר מִשְׁפָּט֖וֹ פָּעָ֑לוּ בַּקְּשׁוּ־צֶ֙דֶק֙ בַּקְּשׁ֣וּ עֲנָוָ֔ה אוּלַי֙ תִּסָּ֣תְר֔וּ בְּי֖וֹם אַף־יְהוָֽה׃ 4 כִּ֤י עַזָּה֙ עֲזוּבָ֣ה תִֽהְיֶ֔ה וְאַשְׁקְל֖וֹן לִשְׁמָמָ֑ה אַשְׁדּ֗וֹד בַּֽצָּהֳרַ֙יִם֙ יְגָ֣רְשׁ֔וּהָ וְעֶקְר֖וֹן תֵּעָקֵֽר׃   ס 5 ה֗וֹי יֹֽשְׁבֵ֛י חֶ֥בֶל הַיָּ֖ם גּ֣וֹי כְּרֵתִ֑ים דְּבַר־יְהוָ֣ה עֲלֵיכֶ֗ם כְּנַ֙עַן֙ אֶ֣רֶץ פְּלִשְׁתִּ֔ים וְהַאֲבַדְתִּ֖יךְ מֵאֵ֥ין יוֹשֵֽׁב׃ 6 וְֽהָיְתָ֞ה חֶ֣בֶל הַיָּ֗ם נְוֺ֛ת כְּרֹ֥ת רֹעִ֖ים וְגִדְר֥וֹת צֹֽאן׃ 7 וְהָ֣יָה חֶ֗בֶל לִשְׁאֵרִ֛ית בֵּ֥ית יְהוּדָ֖ה עֲלֵיהֶ֣ם יִרְע֑וּן בְּבָתֵּ֣י אַשְׁקְל֗וֹן בָּעֶ֙רֶב֙ יִרְבָּצ֔וּן כִּ֧י יִפְקְדֵ֛ם יְהוָ֥ה אֱלֹהֵיהֶ֖ם וְשָׁ֥ב שבותם 8 שָׁמַ֙עְתִּי֙ חֶרְפַּ֣ת מוֹאָ֔ב וְגִדּוּפֵ֖י בְּנֵ֣י עַמּ֑וֹן אֲשֶׁ֤ר חֵֽרְפוּ֙ אֶת־עַמִּ֔י וַיַּגְדִּ֖ילוּ עַל־גְּבוּלָֽם׃ 9 לָכֵ֣ן חַי־אָ֡נִי נְאֻם֩ יְהוָ֨ה צְבָא֜וֹת אֱלֹהֵ֣י יִשְׂרָאֵ֗ל כִּֽי־מוֹאָ֞ב כִּסְדֹ֤ם תִּֽהְיֶה֙ וּבְנֵ֤י עַמּוֹן֙ כַּֽעֲמֹרָ֔ה מִמְשַׁ֥ק חָר֛וּל וּמִכְרֵה־מֶ֥לַח וּשְׁמָמָ֖ה עַד־עוֹלָ֑ם שְׁאֵרִ֤ית עַמִּי֙ יְבָזּ֔וּם וְיֶ֥תֶר גוי יִנְחָלֽוּם׃ 10 זֹ֥את לָהֶ֖ם תַּ֣חַת גְּאוֹנָ֑ם כִּ֤י חֵֽרְפוּ֙ וַיַּגְדִּ֔לוּ עַל־עַ֖ם יְהוָ֥ה צְבָאֽוֹת׃ 11 נוֹרָ֤א יְהוָה֙ עֲלֵיהֶ֔ם כִּ֣י רָזָ֔ה אֵ֖ת כָּל־אֱלֹהֵ֣י הָאָ֑רֶץ וְיִשְׁתַּֽחֲווּ־לוֹ֙ אִ֣ישׁ מִמְּקוֹמ֔וֹ כֹּ֖ל אִיֵּ֥י הַגּוֹיִֽם׃ 12 גַּם־אַתֶּ֣ם כּוּשִׁ֔ים חַֽלְלֵ֥י חַרְבִּ֖י הֵֽמָּה׃ 13 וְיֵ֤ט יָדוֹ֙ עַל־צָפ֔וֹן וִֽיאַבֵּ֖ד אֶת־אַשּׁ֑וּר וְיָשֵׂ֤ם אֶת־נִֽינְוֵה֙ לִשְׁמָמָ֔ה צִיָּ֖ה כַּמִּדְבָּֽר׃ 14 וְרָבְצ֨וּ בְתוֹכָ֤הּ עֲדָרִים֙ כָּל־חַיְתוֹ־ג֔וֹי גַּם־קָאַת֙ גַּם־קִפֹּ֔ד בְּכַפְתֹּרֶ֖יהָ יָלִ֑ינוּ ק֠וֹל יְשׁוֹרֵ֤ר בַּֽחַלּוֹן֙ חֹ֣רֶב בַּסַּ֔ף כִּ֥י אַרְזָ֖ה עֵרָֽה׃ 15 זֹ֞֠את הָעִ֤יר הָעַלִּיזָה֙ הַיּוֹשֶׁ֣בֶת לָבֶ֔טַח הָאֹֽמְרָה֙ בִּלְבָבָ֔הּ אֲנִ֖י וְאַפְסִ֣י ע֑וֹד אֵ֣יךְ הָיְתָ֣ה לְשַׁמָּ֗ה מַרְבֵּץ֙ לַֽחַיָּ֔ה כֹּ֚ל עוֹבֵ֣ר עָלֶ֔יהָ יִשְׁרֹ֖ק יָנִ֥יעַ יָדֽוֹ׃   ס