Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו מיכָהן פֿון מוֹרֶשֶת, אין די טעג פֿון יוֹתָם, אָכָז, יחזקִיָה, די מלכים פֿון יהודה, װאָס ער האָט געזען אױף שוֹמרוֹן און ירושָלַיִם. 2 הערט איר פֿעלקער אַלע, פֿאַרנעם דו ערד און איר פֿולקײט; און גאָט דער האַר װעט זײַן צום עדות קעגן אײַך, גאָט פֿון זײַן הײליקן טעמפּל. 3 װאָרום זע, גאָט גײט אַרױס פֿון זײַן אָרט, און װעט נידערן און טרעטן אױף די הײכן פֿון דער ערד. 4 און די בערג װעלן צעגײן אונטער אים, און די טאָלן װעלן זיך שפּאַלטן, װי װאַקס פֿאַרן פֿײַער, װי װאַסער אױסגעגאָסן אין אַ נידערונג. 5 איבער דעם פֿאַרברעך פֿון יעקבֿ איז דאָס אַלץ, און איבער די זינד פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל. װער איז דער פֿאַרברעך פֿון יעקבֿ אױב ניט שוֹמרוֹן? און װער די במות פֿון יהודה אױב ניט ירושָלַיִם? 6 דרום װעל איך מאַכן שוֹמרוֹן פֿאַר אַ פֿעלדהױפֿן, פֿאַר פֿלאַנצונגען פֿון װײַנגערטנער. און איך װעל שלײַדערן צום טאָל אירע שטײנער, און אירע גרונטפֿעסטן װעל איך אַנטפּלעקן. 7 און אַלע אירע געשניצטע געצן װעלן צעהאַקט װערן, און אַלע אירע זוֹנה-לױנען װעלן פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער, און אַלע אירע געצנבילדער װעל איך מאַכן צו װיסט; װאָרום פֿון זוֹנה-לױן האָט זי זײ אױפֿגעקליבן, און צו זוֹנה-לױן זאָלן זײ װידער װערן. 8 דערױף װעל איך קלאָגן און יאָמערן, איך װעל אומגײן באָרװעס און נאַקעט, איך װעל מאַכן אַ קלאָג װי די שאַקאַלן, און אַ טרױער װי שטרױספֿױגלען. 9 װאָרום שװער זײַנען אירע שלעק, װאָרום עס איז געקומען ביז יהודה, עס גרײַכט ביזן טױער פֿון מײַן פֿאָלק, ביז ירושָלַיִם. 10 ניט דערצײלן זאָלט איר אין גַת, װײנען זאָלט איר ניט װײנען; אין בית-לעָפֿרָה אין שטױב טו זיך קײַקלען. 11 גײ דיר אַװעק, באַװױנערין פֿון שָפֿיר, נאַקעט צו שאַנד; ניט אַרױסגײן דערװעגט זיך די באַװױנערין פֿון צַעֲנָן אַ קלאָג איז אין בית-אֵצֶל; מע נעמט פֿון אײַך אָפּ זײַן באַשטאַנד. 12 יאָ, געאַנגסט נאָך גוטס האָט די באַװױנערין פֿון מָרוֹת, אָבער גענידערט האָט בײז פֿון גאָט צום טױער פֿון ירושָלַיִם. 13 שפּאַן דעם רײַטװאָגן צו די לױפֿפֿערד, באַװױנערין פֿון לָכיש; זי איז דער אָנהײב זינד געװען פֿאַר דער טאָכטער צִיוֹן; װאָרום בײַ דיר זײַנען געפֿונען געװאָרן די פֿאַרברעכן פֿון ישׂראל. 14 דרום װעסטו געזענג-מתּנות געבן צו מוֹרֶשֶת-גַת; די הײַזער פֿון אַכזיבֿ װעלן װערן צום אָפּנאַר פֿאַר די מלכים פֿון ישׂראל. 15 איך װעל נאָך ברענגען אַ יוֹרש אױף דיר, באַװױנערין פֿון מָרֵשָה, ביז קײן עַדולָם װעט קומען דער כּבֿוד פֿון ישׂראל. 16 מאַך דיר אַ פּליך און שער דיך אָפּ, איבער דײַנע געצערטלטע קינדער, מאַך ברײט דײַן פּליך װי דער גײערפֿױגל, װאָרום זײ זײַנען אין גלות אַװעק פֿון דיר.
Hebrew
1 דְּבַר־יְהוָ֣ה אֲשֶׁ֣ר הָיָ֗ה אֶל־מִיכָה֙ הַמֹּ֣רַשְׁתִּ֔י בִּימֵ֥י יוֹתָ֛ם אָחָ֥ז יְחִזְקִיָּ֖ה מַלְכֵ֣י יְהוּדָ֑ה אֲשֶׁר־חָזָ֥ה עַל־שֹׁמְר֖וֹן וִירֽוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 2 שִׁמְעוּ֙ עַמִּ֣ים כֻּלָּ֔ם הַקְשִׁ֖יבִי אֶ֣רֶץ וּמְלֹאָ֑הּ וִיהִי֩ אֲדֹנָ֨י יְהוִ֤ה בָּכֶם֙ לְעֵ֔ד אֲדֹנָ֖י מֵהֵיכַ֥ל קָדְשֽׁוֹ׃ 3 כִּֽי־הִנֵּ֥ה יְהוָ֖ה יֹצֵ֣א מִמְּקוֹמ֑וֹ וְיָרַ֥ד וְדָרַ֖ךְ עַל־במותי אָֽרֶץ׃ 4 וְנָמַ֤סּוּ הֶֽהָרִים֙ תַּחְתָּ֔יו וְהָעֲמָקִ֖ים יִתְבַּקָּ֑עוּ כַּדּוֹנַג֙ מִפְּנֵ֣י הָאֵ֔שׁ כְּמַ֖יִם מֻגָּרִ֥ים בְּמוֹרָֽד׃ 5 בְּפֶ֤שַׁע יַֽעֲקֹב֙ כָּל־זֹ֔את וּבְחַטֹּ֖אות בֵּ֣ית יִשְׂרָאֵ֑ל מִֽי־פֶ֣שַׁע יַעֲקֹ֗ב הֲלוֹא֙ שֹֽׁמְר֔וֹן וּמִי֙ בָּמ֣וֹת יְהוּדָ֔ה הֲל֖וֹא יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 6 וְשַׂמְתִּ֥י שֹׁמְר֛וֹן לְעִ֥י הַשָּׂדֶ֖ה לְמַטָּ֣עֵי כָ֑רֶם וְהִגַּרְתִּ֤י לַגַּי֙ אֲבָנֶ֔יהָ וִיסֹדֶ֖יהָ אֲגַלֶּֽה׃ 7 וְכָל־פְּסִילֶ֣יהָ יֻכַּ֗תּוּ וְכָל־אֶתְנַנֶּ֙יהָ֙ יִשָּׂרְפ֣וּ בָאֵ֔שׁ וְכָל־עֲצַבֶּ֖יהָ אָשִׂ֣ים שְׁמָמָ֑ה כִּ֠י מֵאֶתְנַ֤ן זוֹנָה֙ קִבָּ֔צָה וְעַד־אֶתְנַ֥ן זוֹנָ֖ה יָשֽׁוּבוּ׃ 8 עַל־זֹאת֙ אֶסְפְּדָ֣ה וְאֵילִ֔ילָה אֵילְכָ֥ה שילל וְעָר֑וֹם אֶעֱשֶׂ֤ה מִסְפֵּד֙ כַּתַּנִּ֔ים וְאֵ֖בֶל כִּבְנ֥וֹת יַעֲנָֽה׃ 9 כִּ֥י אֲנוּשָׁ֖ה מַכּוֹתֶ֑יהָ כִּי־בָ֙אָה֙ עַד־יְהוּדָ֔ה נָגַ֛ע עַד־שַׁ֥עַר עַמִּ֖י עַד־יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 10 בְּגַת֙ אַל־תַּגִּ֔ידוּ בָּכ֖וֹ אַל־תִּבְכּ֑וּ בְּבֵ֣ית לְעַפְרָ֔ה עָפָ֖ר התפלשתי 11 עִבְרִ֥י לָכֶ֛ם יוֹשֶׁ֥בֶת שָׁפִ֖יר עֶרְיָה־בֹ֑שֶׁת לֹ֤א יָֽצְאָה֙ יוֹשֶׁ֣בֶת צַֽאֲנָ֔ן מִסְפַּד֙ בֵּ֣ית הָאֵ֔צֶל יִקַּ֥ח מִכֶּ֖ם עֶמְדָּתֽוֹ׃ 12 כִּֽי־חָ֥לָֽה לְט֖וֹב יוֹשֶׁ֣בֶת מָר֑וֹת כִּֽי־יָ֤רַד רָע֙ מֵאֵ֣ת יְהוָ֔ה לְשַׁ֖עַר יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 13 רְתֹ֧ם הַמֶּרְכָּבָ֛ה לָרֶ֖כֶשׁ יוֹשֶׁ֣בֶת לָכִ֑ישׁ רֵאשִׁ֨ית חַטָּ֥את הִיא֙ לְבַת־צִיּ֔וֹן כִּי־בָ֥ךְ נִמְצְא֖וּ פִּשְׁעֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 14 לָכֵן֙ תִּתְּנִ֣י שִׁלּוּחִ֔ים עַ֖ל מוֹרֶ֣שֶׁת גַּ֑ת בָּתֵּ֤י אַכְזִיב֙ לְאַכְזָ֔ב לְמַלְכֵ֖י יִשְׂרָאֵֽל׃ 15 עֹ֗ד הַיֹּרֵשׁ֙ אָ֣בִי לָ֔ךְ יוֹשֶׁ֖בֶת מָֽרֵשָׁ֑ה עַד־עֲדֻּלָּ֥ם יָב֖וֹא כְּב֥וֹד יִשְׂרָאֵֽל׃ 16 קָרְחִ֣י וָגֹ֔זִּי עַל־בְּנֵ֖י תַּעֲנוּגָ֑יִךְ הַרְחִ֤בִי קָרְחָתֵךְ֙ כַּנֶּ֔שֶׁר כִּ֥י גָל֖וּ מִמֵּֽךְ׃   ס