Yiddish
1
און גאָט האָט אָנגעברײט אַ גרױסן פֿיש אײַנצושלינגען יוֹנהן, און יוֹנה איז געװען אין די אינגעװײד פֿון פֿיש דרײַ טעג און דרײַ נעכט.
2
און יוֹנה האָט מתפֿלל געװען צו יהוה זײַן גאָט, פֿון די אינגעװײד פֿון דעם פֿיש.
3
און ער האָט געזאָגט: איך האָב גערופֿן פֿון מײַן נױט צו גאָט, און ער האָט מיר געענטפֿערט; פֿון דעם בױך פֿון אונטערערד האָב איך געשריען, האָסטו צוגעהערט מײַן קָול.
4
װאָרום האָסט מיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער טיפֿעניש, אין האַרצן פֿון די ימען, און דער שטראָם האָט מיך אַרומגענומען; אַלע דײַנע װעלן און אינדן זײַנען אַריבערגעגאַנגען איבער מיר.
5
און איך האָב געװעסט געזאָגט: איך בין פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר דײַנע אױגן; אָבער איך װעל װידער נאָך קוקן אױף דײַן הײליקן טעמפּֿל.
6
װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש, דער תּהָום האָט מיך אַרומגענומען, טײַכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מײַן קאָפּ.
7
צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט, די ערד [האָט פֿאַרשלאָסן] פֿאַר מיר אירע ריגלען אױף אײביק. אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון גרוב מײַן לעבן, דו יהוה מײַן גאָט.
8
װען מײַן זעל איז געװען פֿאַרחלשט אין מיר, האָב איך אָן גאָט געדאַכט, און מײַן תּפֿילה איז געקומען צו דיר, אין דײַן הײליקן טעמפּֿל.
9
די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן פֿאַרלאָזן זײער גענאָדיקן;
10
אָבער איך װעל שלאַכטן צו דיר, מיט אַ קָול פֿון דאַנקעניש; װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן װעל איך באַצאָלן. די ישועה איז בײַ גאָט.
11
און גאָט האָט געהײסן דעם פֿיש, און ער האָט אױסגעשפּֿיגן יוֹנהן אױף דער יבשה.