Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 װאָרום זע, אין יענע טעג און אין יענער צײַט, אַז איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהודה און ירושָלַיִם, 2 װעל איך אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער, און איך װעל זײ מאַכן נידערן אין טאָל פֿון יהוֹשָפָֿט, און איך װעל זיך דאָרטן משפּטן מיט זײפֿאַר מײַן פֿאָלק און מײַן אַרב ישׂראל, װאָס זײ האָבן זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און צעטײלט מײַן לאַנד. 3 און אױף מײַן פֿאָלק האָבן זײ גוֹרל געװאָרפֿן, און געגעבן אַ ייִנגל פֿאַר אַ זוֹנה, און אַ מײַדל פֿאַרקױפֿט פֿאַר װײַן, און געטרונקען. 4 און װאָס זײַט איר מיר גאָר, צוֹר און צידוֹן, און אַלע געגנטן פֿון פּלֶשֶת? צי פֿאַרגעלטונג צאָלט איר דאָס אָפּ פֿון מײַנעטװעגן? איז, אױב איר פֿאַרגעלט דאָס פֿון מײנטעװעגן, װעל איך אײַליק גיך אומקערן אײַער פֿאַרגעלטונג אױף אײַער קאָפּ; 5 װאָס מײַן זילבער און מײַן גאָלד האָט איר צוגענומען, און מײַנע בעסטע גלוסטיקײטן געבראַכט אין אײַערע פּאַלאַצן 6 און די קינדער פֿון יהודה און די קינדער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרקױפֿט צו די קינדער פֿון די יוָנים, כּדי זײ צו דערװײַטערן פֿון זײער געמאַרק. 7 זעט, איך דערװעק זײ פֿון דעם אָרט װאָס איר האָט זײ פֿאַרקױפֿט דאָרטן, און איך װעל אומקערן אײַער טוּונג אױף אײַער קאָפּ. 8 און איך װעל פֿאַרקױפֿן אײַערע זין און אײַערע טעכטער אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יהודה, און זײ װעלן זײ פֿאַרקױפֿן צו די שבֿאים, צו אַ װײַטן פֿאָלק, װאָרום גאָט האָט גערעדט. 9 רופֿט דאָס אױס צװישן די פֿעלקער, ברײט אָן אַ מלחמה, װעקט אױף די גיבוֹרים; זאָלן גענענען, זאָלן אַרױפֿגײן אַלע מענער פֿון מלחמה. 10 שמידט אײַערע אַקעראײַזנס אױף שװערדן, און אײַערע צװײַגמעסערס אױף שפּיזן; דער שלאַפֿער זאָל זאָגן: אַ גיבור בין איך. 11 אײַלט און קומט אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום, און לאָמען זיך אײַנזאַמלען; אַהין מאַך נידערן, גאָט, דײַנע גיבוֹרים! 12 זאָלן זיך דערװעקן די פֿעלקער און אַרױפֿגײן צום טאָל פֿון יהוֹשָפֿט װאָרום דאָרטן װעל איך זיצן צו משפּטן אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום. 13 לײגט צו דעם שנײַדמעסער, װאָרום צײַטיק איז דער שניט; קומט טרעט, װאָרום פֿול איז דער קעלטער, די קובלען לױפֿן איבער; װאָרום גרױס איז זײער בײז. 14 מחנות, מחנות אין טאָל פֿון גזַר! װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט אין טאָל פֿון גזַר. 15 די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ, און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן. 16 און גאָט װעט ברילן פֿון צִיוֹן, און פֿון ירושָלַיִם װעט ער אַרױסלאָזן זײַן קָול, און שטורעמען װעלן הימל און ערד; אָבער גאָט װעט זײַן אַ באַשיצונג פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אַ פֿעסטונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל. 17 און איר װעט װיסן אַז איך, יהוה אײַער גאָט, רו אױף צִיוֹן, מײַן הײליקן באַרג; און ירושָלַיִם װעט זײַן הײליק, און פֿרעמדע װעלן מער ניט דורכגײן אין איר. 18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן די בערג טריפֿן זאַפֿט, און די הײכן װעלן איבערגײן מיט מילך, און אַלע גראָבנס פֿון יהודה װעלן איבערגײן מיט װאַסער. און אַ קװאַל װעט אַרױסגײן פֿון גאָטס הױז, און װעט אָנטרינקען דעם טאָל שִטים. 19 מִצרַיִם װעט אַ װיסטעניש װערן, און אֶדוֹם װעט אַ װיסטער מדבר װערן, פֿאַר דעם אומרעכט צו די קינדער פֿון יהודה, װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט אין זײער לאַנד. 20 אָבער יהודה װעט זײַן אײביק באַזעצט, און ירושָלַיִם אױף דוֹר-דוֹרות. 21 און װאָס איך װעל שענקען, זײער בלוט װעל איך ניט שענקען; און גאָט טוט רוען אין צִיוֹן.
Hebrew
1 כִּ֗י הִנֵּ֛ה בַּיָּמִ֥ים הָהֵ֖מָּה וּבָעֵ֣ת הַהִ֑יא אֲשֶׁ֥ר אשוב אֶת־שְׁב֥וּת יְהוּדָ֖ה וִירוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 2 וְקִבַּצְתִּי֙ אֶת־כָּל־הַגּוֹיִ֔ם וְה֣וֹרַדְתִּ֔ים אֶל־עֵ֖מֶק יְהֽוֹשָׁפָ֑ט וְנִשְׁפַּטְתִּ֨י עִמָּ֜ם שָׁ֗ם עַל־עַמִּ֨י וְנַחֲלָתִ֤י יִשְׂרָאֵל֙ אֲשֶׁ֣ר פִּזְּר֣וּ בַגּוֹיִ֔ם וְאֶת־אַרְצִ֖י חִלֵּֽקוּ׃ 3 וְאֶל־עַמִּ֖י יַדּ֣וּ גוֹרָ֑ל וַיִּתְּנ֤וּ הַיֶּ֙לֶד֙ בַּזּוֹנָ֔ה וְהַיַּלְדָּ֛ה מָכְר֥וּ בַיַּ֖יִן וַיִּשְׁתּֽוּ׃ 4 וְ֠גַם מָה־אַתֶּ֥ם לִי֙ צֹ֣ר וְצִיד֔וֹן וְכֹ֖ל גְּלִיל֣וֹת פְּלָ֑שֶׁת הַגְּמ֗וּל אַתֶּם֙ מְשַׁלְּמִ֣ים עָלָ֔י וְאִם־גֹּמְלִ֤ים אַתֶּם֙ עָלַ֔י קַ֣ל מְהֵרָ֔ה אָשִׁ֥יב גְּמֻלְכֶ֖ם בְּרֹאשְׁכֶֽם׃ 5 אֲשֶׁר־כַּסְפִּ֥י וּזְהָבִ֖י לְקַחְתֶּ֑ם וּמַֽחֲמַדַּי֙ הַטֹּבִ֔ים הֲבֵאתֶ֖ם לְהֵיכְלֵיכֶֽם׃ 6 וּבְנֵ֤י יְהוּדָה֙ וּבְנֵ֣י יְרוּשָׁלִַ֔ם מְכַרְתֶּ֖ם לִבְנֵ֣י הַיְּוָנִ֑ים לְמַ֥עַן הַרְחִיקָ֖ם מֵעַ֥ל גְּבוּלָֽם׃ 7 הִנְנִ֣י מְעִירָ֔ם מִן־הַ֨מָּק֔וֹם אֲשֶׁר־מְכַרְתֶּ֥ם אֹתָ֖ם שָׁ֑מָּה וַהֲשִׁבֹתִ֥י גְמֻלְכֶ֖ם בְּרֹאשְׁכֶֽם׃ 8 וּמָכַרְתִּ֞י אֶת־בְּנֵיכֶ֣ם וְאֶת־בְּנֽוֹתֵיכֶ֗ם בְּיַד֙ בְּנֵ֣י יְהוּדָ֔ה וּמְכָר֥וּם לִשְׁבָאיִ֖ם אֶל־גּ֣וֹי רָח֑וֹק כִּ֥י יְהוָ֖ה דִּבֵּֽר׃   ס 9 קִרְאוּ־זֹאת֙ בַּגּוֹיִ֔ם קַדְּשׁ֖וּ מִלְחָמָ֑ה הָעִ֙ירוּ֙ הַגִּבּוֹרִ֔ים יִגְּשׁ֣וּ יַֽעֲל֔וּ כֹּ֖ל אַנְשֵׁ֥י הַמִּלְחָמָֽה׃ 10 כֹּ֤תּוּ אִתֵּיכֶם֙ לַֽחֲרָב֔וֹת וּמַזְמְרֹֽתֵיכֶ֖ם לִרְמָחִ֑ים הַֽחַלָּ֔שׁ יֹאמַ֖ר גִּבּ֥וֹר אָֽנִי׃ 11 ע֣וּשׁוּ וָבֹ֧אוּ כָֽל־הַגּוֹיִ֛ם מִסָּבִ֖יב וְנִקְבָּ֑צוּ שָׁ֕מָּה הַֽנְחַ֥ת יְהוָ֖ה גִּבּוֹרֶֽיךָ׃ 12 יֵע֙וֹרוּ֙ וְיַעֲל֣וּ הַגּוֹיִ֔ם אֶל־עֵ֖מֶק יְהֽוֹשָׁפָ֑ט כִּ֣י שָׁ֗ם אֵשֵׁ֛ב לִשְׁפֹּ֥ט אֶת־כָּל־הַגּוֹיִ֖ם מִסָּבִֽיב׃ 13 שִׁלְח֣וּ מַגָּ֔ל כִּ֥י בָשַׁ֖ל קָצִ֑יר בֹּ֤אֽוּ רְדוּ֙ כִּֽי־מָ֣לְאָה גַּ֔ת הֵשִׁ֙יקוּ֙ הַיְקָבִ֔ים כִּ֥י רַבָּ֖ה רָעָתָֽם׃ 14 הֲמוֹנִ֣ים הֲמוֹנִ֔ים בְּעֵ֖מֶק הֶֽחָר֑וּץ כִּ֤י קָרוֹב֙ י֣וֹם יְהוָ֔ה בְּעֵ֖מֶק הֶחָרֽוּץ׃ 15 שֶׁ֥מֶשׁ וְיָרֵ֖חַ קָדָ֑רוּ וְכוֹכָבִ֖ים אָסְפ֥וּ נָגְהָֽם׃ 16 וַיהוָ֞ה מִצִּיּ֣וֹן יִשְׁאָ֗ג וּמִירוּשָׁלִַ֙ם֙ יִתֵּ֣ן קוֹל֔וֹ וְרָעֲשׁ֖וּ שָׁמַ֣יִם וָאָ֑רֶץ וַֽיהוָה֙ מַֽחֲסֶ֣ה לְעַמּ֔וֹ וּמָע֖וֹז לִבְנֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 17 וִֽידַעְתֶּ֗ם כִּ֣י אֲנִ֤י יְהוָה֙ אֱלֹ֣הֵיכֶ֔ם שֹׁכֵ֖ן בְּצִיּ֣וֹן הַר־קָדְשִׁ֑י וְהָיְתָ֤ה יְרוּשָׁלִַ֙ם֙ קֹ֔דֶשׁ וְזָרִ֥ים לֹא־יַֽעַבְרוּ־בָ֖הּ עֽוֹד׃   ס 18 וְהָיָה֩ בַיּ֨וֹם הַה֜וּא יִטְּפ֧וּ הֶהָרִ֣ים עָסִ֗יס וְהַגְּבָעוֹת֙ תֵּלַ֣כְנָה חָלָ֔ב וְכָל־אֲפִיקֵ֥י יְהוּדָ֖ה יֵ֣לְכוּ מָ֑יִם וּמַעְיָ֗ן מִבֵּ֤ית יְהוָה֙ יֵצֵ֔א וְהִשְׁקָ֖ה אֶת־נַ֥חַל הַשִּׁטִּֽים׃ 19 מִצְרַ֙יִם֙ לִשְׁמָמָ֣ה תִֽהְיֶ֔ה וֶאֱד֕וֹם לְמִדְבַּ֥ר שְׁמָמָ֖ה תִּֽהְיֶ֑ה מֵֽחֲמַס֙ בְּנֵ֣י יְהוּדָ֔ה אֲשֶׁר־שָׁפְכ֥וּ דָם־נָקִ֖יא בְּאַרְצָֽם׃ 20 וִיהוּדָ֖ה לְעוֹלָ֣ם תֵּשֵׁ֑ב וִירוּשָׁלַ֖͏ִם לְד֥וֹר וָדֽוֹר׃ 21 וְנִקֵּ֖יתִי דָּמָ֣ם לֹֽא־נִקֵּ֑יתִי וַֽיהוָ֖ה שֹׁכֵ֥ן בְּצִיּֽוֹן׃