Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 און עס װעט זײַן נאָך דעם, װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אױף יעטװעדער לײַב, און אײַערע זין און אײַערע טעכטער װעלן נבֿיאות זאָגן, אײַערע זקנים װעלן חלוֹמות חלומען, אײַערע בחורים װעלן זעונגען זען. 2 און אױך אױף די קנעכט און אױף די דינסטן װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט אין יענע טעג. 3 און איך װעל װײַזן װוּנדער אין הימל און אױף דער ערד, בלוט און פֿײַער און זײַלן רױך. 4 די זון װעט פֿאַרקערט װערן אין פֿינצטערניש, און די לבֿנה אין בלוט, אײדער עס קומט דער טאָג פֿון גאָט, דער גרױסער און דער מוֹראדיקער. 5 און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון גאָט, װעט אַנטרונען װערן, װאָרום אױף באַרג צִיוֹן און אין ירושָלַיִם װעט זײַן אַן אַנטרינונג, אַזױ װי גאָט האָט געזאָגט; און די געבליבענע װעלן זײַן די װאָס גאָט טוט רופֿן.
Hebrew
1 וְהָיָ֣ה אַֽחֲרֵי־כֵ֗ן אֶשְׁפּ֤וֹךְ אֶת־רוּחִי֙ עַל־כָּל־בָּשָׂ֔ר וְנִבְּא֖וּ בְּנֵיכֶ֣ם וּבְנֽוֹתֵיכֶ֑ם זִקְנֵיכֶם֙ חֲלֹמ֣וֹת יַחֲלֹמ֔וּן בַּח֣וּרֵיכֶ֔ם חֶזְיֹנ֖וֹת יִרְאֽוּ׃ 2 וְגַ֥ם עַל־הָֽעֲבָדִ֖ים וְעַל־הַשְּׁפָח֑וֹת בַּיָּמִ֣ים הָהֵ֔מָּה אֶשְׁפּ֖וֹךְ אֶת־רוּחִֽי׃ 3 וְנָֽתַתִּי֙ מֽוֹפְתִ֔ים בַּשָּׁמַ֖יִם וּבָאָ֑רֶץ דָּ֣ם וָאֵ֔שׁ וְתִֽימֲר֖וֹת עָשָֽׁן׃ 4 הַשֶּׁ֙מֶשׁ֙ יֵהָפֵ֣ךְ לְחֹ֔שֶׁךְ וְהַיָּרֵ֖חַ לְדָ֑ם לִפְנֵ֗י בּ֚וֹא י֣וֹם יְהוָ֔ה הַגָּד֖וֹל וְהַנּוֹרָֽא׃ 5 וְהָיָ֗ה כֹּ֧ל אֲשֶׁר־יִקְרָ֛א בְּשֵׁ֥ם יְהוָ֖ה יִמָּלֵ֑ט כִּ֠י בְּהַר־צִיּ֨וֹן וּבִירוּשָׁלִַ֜ם תִּֽהְיֶ֣ה פְלֵיטָ֗ה כַּֽאֲשֶׁר֙ אָמַ֣ר יְהוָ֔ה וּבַ֨שְּׂרִידִ֔ים אֲשֶׁ֥ר יְהוָ֖ה קֹרֵֽא׃