Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: גײ װידער האָב ליב אַ פֿרױ, געליבט פֿון אַ ליבהאָבער, אָבער אַ נוֹאפֿטע; אַזױ װי יהוה האָט ליב די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ קערן זיך צו פֿרעמדער געטער, און האָבן ליב טרױבנקוכנס. 2 האָב איך זי מיר געקױפֿט פֿאַר פֿופֿצן זילבערשטיק, און אַ חוֹמֶר גערשטן, און אַ לֶתֶך גערשטן. 3 און איך האָב צו איר געזאָגט: פֿיל טעג זאָלסטו מיר זיצן אַלײן, זאָלסט ניט מזַנה זײַן, און ניט געהערן צו קײן מאַן, און דעסגלײַכן איך קעגן דיר. 4 װאָרום פֿיל טעג װעלן די קינדער פֿון ישׂראל זיצן אָן אַ מלך, און אָן אַ האַר, און אָן אַ שלאַכטאָפּפֿער, און אָן אַ זײלשטײן, און אָן אַן אפֿוד און תּרפֿים. 5 דערנאָך װעלן די קינדער פֿון ישׂראל זיך אומקערן, און זײ װעלן זוכן יהוה זײער גאָט, און דוד זײער מלך, און זײ װעלן אַנגסטן צו יהוה און צו זײַן גוטס, אין סָוף פֿון די טעג.
Hebrew
1 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה אֵלַ֗י ע֚וֹד לֵ֣ךְ אֱ‍ֽהַב־אִשָּׁ֔ה אֲהֻ֥בַת רֵ֖עַ וּמְנָאָ֑פֶת כְּאַהֲבַ֤ת יְהוָה֙ אֶת־בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל וְהֵ֗ם פֹּנִים֙ אֶל־אֱלֹהִ֣ים אֲחֵרִ֔ים וְאֹהֲבֵ֖י אֲשִׁישֵׁ֥י עֲנָבִֽים׃ 2 וָאֶכְּרֶ֣הָ לִּ֔י בַּחֲמִשָּׁ֥ה עָשָׂ֖ר כָּ֑סֶף וְחֹ֥מֶר שְׂעֹרִ֖ים וְלֵ֥תֶךְ שְׂעֹרִֽים׃ 3 וָאֹמַ֣ר אֵלֶ֗יהָ יָמִ֤ים רַבִּים֙ תֵּ֣שְׁבִי לִ֔י לֹ֣א תִזְנִ֔י וְלֹ֥א תִֽהְיִ֖י לְאִ֑ישׁ וְגַם־אֲנִ֖י אֵלָֽיִךְ׃ 4 כִּ֣י יָמִ֣ים רַבִּ֗ים יֵֽשְׁבוּ֙ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל אֵ֥ין מֶ֙לֶךְ֙ וְאֵ֣ין שָׂ֔ר וְאֵ֥ין זֶ֖בַח וְאֵ֣ין מַצֵּבָ֑ה וְאֵ֥ין אֵפ֖וֹד וּתְרָפִֽים׃ 5 אַחַ֗ר יָשֻׁ֙בוּ֙ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל וּבִקְשׁוּ֙ אֶת־יְהוָ֣ה אֱלֹהֵיהֶ֔ם וְאֵ֖ת דָּוִ֣ד מַלְכָּ֑ם וּפָחֲד֧וּ אֶל־יְהוָ֛ה וְאֶל־טוּב֖וֹ בְּאַחֲרִ֥ית הַיָּמִֽים׃   פ