Yiddish
1
װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף די פּלִשתּים, אײדער פַּרעה האָט געשלאָגן עַזָה.
2
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, װאַסערן גײען אױף פֿון צפֿון, און װעלן װערן אַ פֿלײציקער טײַך, און פֿאַרפֿלײצן דאָס לאַנד און איר פֿולקײט, די שטאָט און די װױנער אין איר; און שרײַען װעלן די מענטשן, און יאָמערן װעלן אַלע װױנער פֿון לאַנד.
3
איבער דעם טריטגעפּלידער פֿון די קלױען פֿון זײַנע אָגערס, איבער דעם רַעַש פֿון זײַנע רײַטװעגן, דעם טומל פֿון זײַנע רעדער, קערן זיך עלטערן ניט צו קינדער, פֿון אָפּהענטיקײט.
4
פֿון װעגן דעם טאָג װאָס קומט צו פֿאַרװיסטן אַלע פּלִשתּים, צו פֿאַרשנײַדן פֿון צוֹר און פֿון צִידוֹן איטלעך געבליבענעם העלפֿער; װאָרום גאָט טוט פֿאַרװיסטן די פּלִשתּים, דעם רעשט פֿון אינדזל כַּפֿתּוֹר.
5
געקומען איז אַ פּליכעניש אױף עַזָה פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַשקלוֹן, דער רעשט פֿון זײער טאָל. ביז װאַנען װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן?
6
װײ, דו שװערד פֿון גאָט, װיז װי לאַנג נאָך װעסטו ניט דוען? װער אײַנגעטאָן אין דײַן שײד, באַרו זיך און װער שטיל.
7
װי קענסטו זײַן רואיק? אַז גאָט האָט איר באַפֿױלן; אױף אַשקלוֹן און אױפֿן באָרטן פֿון אים, אַהין האָט ער זי באַשערט.