Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: היט רעכט, און טוט גערעכטיקײט, װאָרום נאָנט איז מײַן הילף צו קומען, און מײַן גערעכטיקײט זיך צו אַנטפּלעקן. 2 װױל צו דעם מאַן װאָס טוט דאָס דאָזיקע, און דעם מענטשנקינד װאָס האַלט זיך דעראָן! װאָס היט שבת, אים ניט צו פֿאַרשװעכן, און היט זײַן האַנט פֿון צו טאָן אַ שום בײז. 3 און ניט זאָגן זאָל דער פֿרעמדגעבאָרענער, װאָס באַהעפֿט זיך צו גאָט, אַזױ צו זאָגן: אָפּזונדערן װעט מיך אָפּזונדערןגאָט פֿון זײַן פֿאָלק; און ניט זאָגן זאָל דער סָריס: זע, איך בין אַ טרוקענער בױם. 4 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגטאױף די סָריסים װאָס היטן מײַנע שבתים, און װײלן אױס דאָס װאָס איך װיל, און האַלטן זיך אָן מײַן בונד: 5 זײ װעל איך געבן אין מײַן הױזאון אין מײַנע מױערןאַן אָנדענק און אַ נאָמען, בעסער פֿון זין און פֿון טעכטער; אַן אײביקן נאָמען װעל איך זײ געבן, װאָס װעט ניט פֿאַרשניטן װערן. 6 און די פֿרעמדגעבאָרענע װאָס באַהעפֿטן זיך צו גאָט, אים צו טאָן דינסט, און ליב צו האָבן דעם נאָמען פֿון גאָט, אים צו זײַן פֿאַר קנעכט; איטלעכער װאָס היט שבת אים ניט צו פֿאַרשװעכן, 7 זײ װעל איך ברענגען צו מײַן הײליקן באַרג, און װעל זײ דערפֿרײען אין מײַן הױז פֿון געבעט; זײערע בראַנדאָפּפֿער און זײערע שלאַכטאָפּפֿערװעלן זײַן צו באַװיליקונג אױף מײַן מזבח; װאָרום מײַן הױז װעט גערופֿן װערןדאָס הױז פֿון געבעט פֿאַר אַלע פֿעלקער. 8 אַזױ זאָגט גאָט דער האַר, דער װאָס זאַמלט אײַן די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל: איך װעל נאָך אײַנזאַמלען צו אים, די װאָס פֿלעגן זיך אײַנזאַמלען קעגן אים. 9 אַלע חיות פֿון פֿעלד, קומט אַהער עסן, אַלע חיות אין װאַלד! 10 זײַנע װעכטער זײַנען בלינדע אַלע, זײ װײסן גאָרניט; שטומע הינט זײַנען זײ אַלע, זײ קענען ניט בילן; זײ ליגן און חלומען, זײ האָבן ליב שלאָפֿן. 11 און די הינט זײַנען װילד זשעדנע, זײ װײסן ניט פֿון זעט; און יענע זײַנען פּאַסטוכערװאָס װײסן ניט אַכט צו געבן; זײ אַלע קערן זיך צו זײער װעג, איטלעכער צו זײַן גײציקײט, פֿון עק צו עק. 12 ״קומט, איך װעל ברענגען װײַן, און לאָמיר זױפֿן דעם טרונק; און װי דער אַזױ זאָל זײַן מאָרגעדיקער טאָג, און גרעסער נאָך פֿיל״.
Hebrew
1 כֹּ֚ה אָמַ֣ר יְהוָ֔ה שִׁמְר֥וּ מִשְׁפָּ֖ט וַעֲשׂ֣וּ צְדָקָ֑ה כִּֽי־קְרוֹבָ֤ה יְשֽׁוּעָתִי֙ לָב֔וֹא וְצִדְקָתִ֖י לְהִגָּלֽוֹת׃ 2 אַשְׁרֵ֤י אֱנוֹשׁ֙ יַעֲשֶׂה־זֹּ֔את וּבֶן־אָדָ֖ם יַחֲזִ֣יק בָּ֑הּ שֹׁמֵ֤ר שַׁבָּת֙ מֵֽחַלְּל֔וֹ וְשֹׁמֵ֥ר יָד֖וֹ מֵעֲשׂ֥וֹת כָּל־רָֽע׃   ס 3 וְאַל־יֹאמַ֣ר בֶּן־הַנֵּכָ֗ר הַנִּלְוָ֤ה אֶל־יְהוָה֙ לֵאמֹ֔ר הַבְדֵּ֧ל יַבְדִּילַ֛נִי יְהוָ֖ה מֵעַ֣ל עַמּ֑וֹ וְאַל־יֹאמַר֙ הַסָּרִ֔יס הֵ֥ן אֲנִ֖י עֵ֥ץ יָבֵֽשׁ׃   ס 4 כִּי־כֹ֣ה אָמַ֣ר יְהוָ֗ה לַסָּֽרִיסִים֙ אֲשֶׁ֤ר יִשְׁמְרוּ֙ אֶת־שַׁבְּתוֹתַ֔י וּבָֽחֲר֖וּ בַּאֲשֶׁ֣ר חָפָ֑צְתִּי וּמַחֲזִיקִ֖ים בִּבְרִיתִֽי׃ 5 וְנָתַתִּ֨י לָהֶ֜ם בְּבֵיתִ֤י וּבְחֽוֹמֹתַי֙ יָ֣ד וָשֵׁ֔ם ט֖וֹב מִבָּנִ֣ים וּמִבָּנ֑וֹת שֵׁ֤ם עוֹלָם֙ אֶתֶּן־ל֔וֹ אֲשֶׁ֖ר לֹ֥א יִכָּרֵֽת׃   ס 6 וּבְנֵ֣י הַנֵּכָ֗ר הַנִּלְוִ֤ים עַל־יְהוָה֙ לְשָׁ֣רְת֔וֹ וּֽלְאַהֲבָה֙ אֶת־שֵׁ֣ם יְהוָ֔ה לִהְי֥וֹת ל֖וֹ לַעֲבָדִ֑ים כָּל־שֹׁמֵ֤ר שַׁבָּת֙ מֵֽחַלְּל֔וֹ וּמַחֲזִיקִ֖ים בִּבְרִיתִֽי׃ 7 וַהֲבִיאוֹתִ֞ים אֶל־הַ֣ר קָדְשִׁ֗י וְשִׂמַּחְתִּים֙ בְּבֵ֣ית תְּפִלָּתִ֔י עוֹלֹתֵיהֶ֧ם וְזִבְחֵיהֶ֛ם לְרָצ֖וֹן עַֽל־מִזְבְּחִ֑י כִּ֣י בֵיתִ֔י בֵּית־תְּפִלָּ֥ה יִקָּרֵ֖א לְכָל־הָעַמִּֽים׃ 8 נְאֻם֙ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֔ה מְקַבֵּ֖ץ נִדְחֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל ע֛וֹד אֲקַבֵּ֥ץ עָלָ֖יו לְנִקְבָּצָֽיו׃ 9 כֹּ֖ל חַיְת֣וֹ שָׂדָ֑י אֵתָ֕יוּ לֶאֱכֹ֥ל כָּל־חַיְת֖וֹ בַּיָּֽעַר׃   ס 10 צפו עִוְרִ֤ים כֻּלָּם֙ לֹ֣א יָדָ֔עוּ כֻּלָּם֙ כְּלָבִ֣ים אִלְּמִ֔ים לֹ֥א יוּכְל֖וּ לִנְבֹּ֑חַ הֹזִים֙ שֹֽׁכְבִ֔ים אֹהֲבֵ֖י לָנֽוּם׃ 11 וְהַכְּלָבִ֣ים עַזֵּי־נֶ֗פֶשׁ לֹ֤א יָֽדְעוּ֙ שָׂבְעָ֔ה וְהֵ֣מָּה רֹעִ֔ים לֹ֥א יָדְע֖וּ הָבִ֑ין כֻּלָּם֙ לְדַרְכָּ֣ם פָּנ֔וּ אִ֥ישׁ לְבִצְע֖וֹ מִקָּצֵֽהוּ׃ 12 אֵתָ֥יוּ אֶקְחָה־יַ֖יִן וְנִסְבְּאָ֣ה שֵׁכָ֑ר וְהָיָ֤ה כָזֶה֙ י֣וֹם מָחָ֔ר גָּד֖וֹל יֶ֥תֶר מְאֹֽד׃