Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 געקניט איז בֵל, געבױגן איז נבֿוֹ; זײערע געצן זײַנען אױף בהמות און אױף לאַסטפֿי; די װאָס איר פֿלעגט זיך אומטראָגן מיט זײ, זײַנען אױפֿגעלאָדן, אַ משׂא אױף מידע בהמות. 2 זײ זײַנען געבױגן, געקניט אין אײנעם; זײ האָבן ניט געקענט ראַטעװען די משׂא, און זײ אַלײן זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַװעק. 3 הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ, און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז ישׂראל, איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב, איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער: 4 אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער, און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן; איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן, און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען. 5 צו װעמען װילט איר מיך צוגלײַכן און גלײַכשטעלן, און מיך פֿאַרגלײַכן, אַז מיר זאָלן גלײַך זײַן? 6 איר װאָס שיט גאָלד פֿון בײַטל, און װעגט זילבער אױפֿן װאָגשטאַנג; װאָס דינגט אַ שמעלצער ער זאָל דערפֿון מאַכן אַ גאָט, מע זאָל זיך קניִען און בוקן. 7 מע נעמט אים אױפֿן אַקסל, מע טראָגט אים, און מע שטעלט אים אַװעק אױף זײַן פּלאַץ, און ער שטײט, ער רירט זיך ניט פֿון זײַן אָרט; אַפֿילו עמעצער שרײַט צו אים, ענטפֿערט ער ניט, פֿון זײַן נױט טוט ער ניט העלפֿן. 8 געדענקט דאָס, און מינטערט אײַך אױף, נעמט, איר פֿאַרברעכער, צום האַרצן. 9 געדענקט דאָס פֿריִערדיקע פֿון אײביק אָן: אַז איך בין גאָט, און מער איז ניטאָ, גאָט, און נישטאָ מײַן גלײַכן. 10 איך זאָג אָן פֿון אָנהײב דעם סָוף, און פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס איז נאָך ניט געשען; איך זאָג: מײַן באַראָט זאָל באַשטײן, און אַל מײַן באַגער װעל איך טאָן. 11 איך רוף פֿון מזרח דעם רױבפֿױגל, פֿון אַ װײַטן לאַנד דעם מאַן פֿון מײַן באַראָט; יאָ, איך האָב גערעדט, און איך װעל עס ברענגען, איך האָב באַשערט, און איך װעל עס טאָן. 12 הערט מיר צו, איר שטאַרקהאַרציקע, װאָס שפּירט זיך װײַט פֿון גערעכטיקײט: 13 איך דערנען מײַן גערעכטיקײט, זי איז ניט װײַט, און מײַן ישועה װעט ניט זאַמען; און איך װעל געבן אין צִיון אַ ישועהפֿאַר ישׂראל מײַן צירונג.
Hebrew
1 כָּרַ֥ע בֵּל֙ קֹרֵ֣ס נְב֔וֹ הָיוּ֙ עֲצַבֵּיהֶ֔ם לַחַיָּ֖ה וְלַבְּהֵמָ֑ה נְשֻׂאֹתֵיכֶ֣ם עֲמוּס֔וֹת מַשָּׂ֖א לַעֲיֵפָֽה׃ 2 קָרְס֤וּ כָֽרְעוּ֙ יַחְדָּ֔ו לֹ֥א יָכְל֖וּ מַלֵּ֣ט מַשָּׂ֑א וְנַפְשָׁ֖ם בַּשְּׁבִ֥י הָלָֽכָה׃   ס 3 שִׁמְע֤וּ אֵלַי֙ בֵּ֣ית יַעֲקֹ֔ב וְכָל־שְׁאֵרִ֖ית בֵּ֣ית יִשְׂרָאֵ֑ל הַֽעֲמֻסִים֙ מִנִּי־בֶ֔טֶן הַנְּשֻׂאִ֖ים מִנִּי־רָֽחַם׃ 4 וְעַד־זִקְנָה֙ אֲנִ֣י ה֔וּא וְעַד־שֵיבָ֖ה אֲנִ֣י אֶסְבֹּ֑ל אֲנִ֤י עָשִׂ֙יתִי֙ וַאֲנִ֣י אֶשָּׂ֔א וַאֲנִ֥י אֶסְבֹּ֖ל וַאֲמַלֵּֽט׃   ס 5 לְמִ֥י תְדַמְי֖וּנִי וְתַשְׁו֑וּ וְתַמְשִׁל֖וּנִי וְנִדְמֶֽה׃ 6 הַזָּלִ֤ים זָהָב֙ מִכִּ֔יס וְכֶ֖סֶף בַּקָּנֶ֣ה יִשְׁקֹ֑לוּ יִשְׂכְּר֤וּ צוֹרֵף֙ וְיַעֲשֵׂ֣הוּ אֵ֔ל יִסְגְּד֖וּ אַף־יִֽשְׁתַּחֲוּֽוּ׃ 7 יִ֠שָּׂאֻהוּ עַל־כָּתֵ֨ף יִסְבְּלֻ֜הוּ וְיַנִּיחֻ֤הוּ תַחְתָּיו֙ וְיַֽעֲמֹ֔ד מִמְּקוֹמ֖וֹ לֹ֣א יָמִ֑ישׁ אַף־יִצְעַ֤ק אֵלָיו֙ וְלֹ֣א יַעֲנֶ֔ה מִצָּרָת֖וֹ לֹ֥א יוֹשִׁיעֶֽנּוּ׃   ס 8 זִכְרוּ־זֹ֖את וְהִתְאֹשָׁ֑שׁוּ הָשִׁ֥יבוּ פוֹשְׁעִ֖ים עַל־לֵֽב׃ 9 זִכְר֥וּ רִאשֹׁנ֖וֹת מֵעוֹלָ֑ם כִּ֣י אָנֹכִ֥י אֵל֙ וְאֵ֣ין ע֔וֹד אֱלֹהִ֖ים וְאֶ֥פֶס כָּמֽוֹנִי׃ 10 מַגִּ֤יד מֵֽרֵאשִׁית֙ אַחֲרִ֔ית וּמִקֶּ֖דֶם אֲשֶׁ֣ר לֹא־נַעֲשׂ֑וּ אֹמֵר֙ עֲצָתִ֣י תָק֔וּם וְכָל־חֶפְצִ֖י אֶעֱשֶֽׂה׃ 11 קֹרֵ֤א מִמִּזְרָח֙ עַ֔יִט מֵאֶ֥רֶץ מֶרְחָ֖ק אִ֣ישׁ עצתו אַף־דִּבַּ֙רְתִּי֙ אַף־אֲבִיאֶ֔נָּה יָצַ֖רְתִּי אַף־אֶעֱשֶֽׂנָּה׃   ס 12 שִׁמְע֥וּ אֵלַ֖י אַבִּ֣ירֵי לֵ֑ב הָרְחוֹקִ֖ים מִצְּדָקָֽה׃ 13 קֵרַ֤בְתִּי צִדְקָתִי֙ לֹ֣א תִרְחָ֔ק וּתְשׁוּעָתִ֖י לֹ֣א תְאַחֵ֑ר וְנָתַתִּ֤י בְצִיּוֹן֙ תְּשׁוּעָ֔ה לְיִשְׂרָאֵ֖ל תִּפְאַרְתִּֽי׃   ס