Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 אָ, דאָס לאַנד פֿון פֿליגלזשומערײַ, װאָס פֿון יענער זײַט טײַכן פֿון כּוּש; 2 װאָס שיקט איבערן ים שלוחים, און אין שיפֿן פֿון יאַמש אױפֿן װאַסער! גײט, שלוחים פֿלינקע, צו דער הױכער און גלאַנציקער אומה, צו אַ פֿאָלק מוראדיק פֿון אײביק אָן, אַן אומה פֿון מאַכט און צעטרעטונג, װאָס טײַכן שנײַדן דורך איר לאַנד. 3 איר אַלע װױנער פֿון דער װעלט, און איר װאָס רוט אױף דער ערד, װען מע הײבט אױף אַ פֿאָן אױף די בערג, װעט איר זען, און װען מע בלאָזט אַ שופֿר, װעט איר הערן. 4 װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט צו מיר: איך װעל רויִק צוקוקן אין מײַן אָרט, װי קלאָרע היץ אין זונליכט, װי אַ טױװאָלקן אין דער היץ פֿון שניט. 5 װאָרום פֿאַרן שניט, װען געענדיקט די בליִעכץ, און דער שפּראָץ װערט אַ װײַנטרױב װאָס צײַטיקט זיך, װעט ער אָפּשנײַדן די הענגלעך מיט צװײַגמעסערס, און די צװײַגן טוט ער אָפּ און װאַרפֿט אַװעק. 6 זײ װעלן איבערגעלאָזט װערן אין אײנעםפֿאַרן רױבפֿױגל פֿון די בערג, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד; און װעט זומערן דערױף דער רױבפֿױגל, און איטלעך חיה פֿון דער ערד װעט דערױף װינטערן. 7 אין יענער צײַט װעט געבראַכט װערןאַ מתּנה צו גאָט פֿון צבֿאות, פֿון דער הױכער און גלאַנציקער אומה, פֿון אַן אומה מוראדיק פֿון אײביק אָן, אַ פֿאָלק פֿון מאַכט און צעטרעטונג, װאָס טײַכן שנײַדן דורך זײַן לאַנד, צום אָרט פֿון דעם נאָמען פֿון גאָט פֿון צבֿאות, צום באַרג צִיון.
Hebrew
1 ה֥וֹי אֶ֖רֶץ צִלְצַ֣ל כְּנָפָ֑יִם אֲשֶׁ֥ר מֵעֵ֖בֶר לְנַֽהֲרֵי־כֽוּשׁ׃ 2 הַשֹּׁלֵ֨חַ בַּיָּ֜ם צִירִ֗ים וּבִכְלֵי־גֹמֶא֮ עַל־פְּנֵי־מַיִם֒ לְכ֣וּ מַלְאָכִ֣ים קַלִּ֗ים אֶל־גּוֹי֙ מְמֻשָּׁ֣ךְ וּמוֹרָ֔ט אֶל־עַ֥ם נוֹרָ֖א מִן־ה֣וּא וָהָ֑לְאָה גּ֚וֹי קַו־קָ֣ו וּמְבוּסָ֔ה אֲשֶׁר־בָּזְא֥וּ נְהָרִ֖ים אַרְצֽוֹ׃ 3 כָּל־יֹשְׁבֵ֥י תֵבֵ֖ל וְשֹׁ֣כְנֵי אָ֑רֶץ כִּנְשֹׂא־נֵ֤ס הָרִים֙ תִּרְא֔וּ וְכִתְקֹ֥עַ שׁוֹפָ֖ר תִּשְׁמָֽעוּ׃   ס 4 כִּי֩ כֹ֨ה אָמַ֤ר יְהוָה֙ אֵלַ֔י אשקוטה וְאַבִּ֣יטָה בִמְכוֹנִ֑י כְּחֹ֥ם צַח֙ עֲלֵי־א֔וֹר כְּעָ֥ב טַ֖ל בְּחֹ֥ם קָצִֽיר׃ 5 כִּֽי־לִפְנֵ֤י קָצִיר֙ כְּתָם־פֶּ֔רַח וּבֹ֥סֶר גֹּמֵ֖ל יִֽהְיֶ֣ה נִצָּ֑ה וְכָרַ֤ת הַזַּלְזַלִּים֙ בַּמַּזְמֵר֔וֹת וְאֶת־הַנְּטִישׁ֖וֹת הֵסִ֥יר הֵתַֽז׃ 6 יֵעָזְב֤וּ יַחְדָּו֙ לְעֵ֣יט הָרִ֔ים וּֽלְבֶהֱמַ֖ת הָאָ֑רֶץ וְקָ֤ץ עָלָיו֙ הָעַ֔יִט וְכָל־בֶּהֱמַ֥ת הָאָ֖רֶץ עָלָ֥יו תֶּחֱרָֽף׃ 7 בָּעֵת֩ הַהִ֨יא יֽוּבַל־שַׁ֜י לַיהוָ֣ה צְבָא֗וֹת עַ֚ם מְמֻשָּׁ֣ךְ וּמוֹרָ֔ט וּמֵעַ֥ם נוֹרָ֖א מִן־ה֣וּא וָהָ֑לְאָה גּ֣וֹי קַו־קָ֣ו וּמְבוּסָ֗ה אֲשֶׁ֨ר בָּזְא֤וּ נְהָרִים֙ אַרְצ֔וֹ אֶל־מְק֛וֹם שֵׁם־יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת הַר־צִיּֽוֹן׃   ס