Yiddish
Hebrew
Yiddish
1 נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו אבֿרמען אין אַ זעונגען, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט ניט מורא האָבן, אבֿרם, איך בין דיר אַ שילד; דײַן שׂכר איז זײער גרױס. 2 האָט אבֿרם געזאָגט: גאָט דו האַר, װאָס קענסטו מיר געבן, אַז איך גײ אַװעק אָן אַ קינד, און דער װירטשאַפֿטער פֿון מײַן הױז איז דער דַמֶשֶׂקער אֶליעֶזֶר? 3 און אבֿרם האָט געזאָגט: זע, האָסט מיר קײן זאָמען ניט געגעבן, און אָט װעט אַ זון פֿון מײַן הױזגעזינט מיך ירשען. 4 ערשט דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: ניט דער דאָזיקער װעט דיך ירשען, נאָר דער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, ער װעט דיך ירשען. 5 און ער האָט אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, און האָט געזאָגט: טו אַקאָרשט אַ קוק אױפֿן הימל, און צײל די שטערן, אױב דו קענסט זײ איבערצײלן. און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װעט זײַן דײַן זאָמען. – 6 און ער האָט געגלױבט אין גאָט, און ער האָט עס אים גערעכנט פֿאַר אַ גערעכטיקײט. 7 און ער האָט צו אים געזאָגט: איך בין יהוה װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, דיר צו געבן דאָס דאָזיקע לאַנד, עס צו אַרבן. 8 האָט ער געזאָגט: גאָט דו האַר, מיט װאָס װעל איך װיסן אַז איך װעל עס אַרבן? 9 האָט ער צו אים געזאָגט: נעם מיר אַ דרײַיאָריקע קו, און אַ דרײַיאָריקע ציג, און אַ דרײַיאָריקן װידער, און אַ טורטלטױב, און אַ יונגע טױב. 10 האָט ער אים גענומען די אַלע, און האָט זײ איבערגעשניטן אין מיטן, און אַװעקגעלײגט אײן העלפֿט קעגן דער אַנדערער; נאָר די פֿױגלען האָט ער ניט איבערגעשניטן. 11 האָבן די רױבפֿױגלען אַראָפּגענידערט אױף די פּגרים, אָבער אבֿרם האָט זײ אָפּגעטריבן. 12 און װי די זון איז געװען בײַם אונטערגײן, אַזױ איז אַ טיפֿער שלאָף געפֿאַלן אױף אבֿרמען; ערשט אַן אימה, אַ גרױס פֿינצטערניש, פֿאַלט אָן אױף אים. 13 און ער האָט געזאָגט צו אבֿרמען: װיסן זאָלסטו װיסן זײַן אַז דײַנע קינדער װעלן זײַן פֿרעמדע אין אַ לאַנד װאָס ניט זײערס, און מע װעט זײ פֿאַרקנעכטן, און מע װעט זײ פּײַניקן פֿיר הונדערט יאָר. 14 און אױך דאָס פֿאָלק װעמען זײ װעלן דינען, װעל איך משפּטן; און דערנאָך װעלן זײ אַרױסגײן מיט גרױס פֿאַרמעג. 15 דו אָבער װעסט קומען צו דײַנע עלטערן בשלום; אין אַ גוטער עלטער װעסטו באַגראָבן װערן. 16 און ערשט אין פֿירטן דור װעלן זײ זיך אומקערן אַהער, װאָרום די זינד פֿון דעם אֶמורי װעט ניט זײַן פֿאַרפֿול ביז דענצמאָל. 17 און עס איז געװען, װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, און עס איז געװאָרן שטאָקפֿינצטער, ערשט אַן אױװן מיט רױך, און אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס איז דורכגעגאַנגען צװישן די דאָזיקע שטיקער. 18 אין יענעם טאָג האָט גאָט געשלאָסן אַ בונד מיט אבֿרמען, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען האָב איך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, פֿון דעם טײַך פֿון מִצרַיִם ביז דעם גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת; 19 דעם קֵיני, און דעם קנִזי, און דעם קַדמוני, 20 און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און די רפֿאים, 21 און דעם אֶמורי, און דעם כּנַעֲני, און דעם גִרגָשי, און דעם יבוסי.
Hebrew
1 אַחַ֣ר הַדְּבָרִ֣ים הָאֵ֗לֶּה הָיָ֤ה דְבַר־יְהוָה֙ אֶל־אַבְרָ֔ם בּֽ͏ַמַּחֲזֶ֖ה לֵאמֹ֑ר אַל־תִּירָ֣א אַבְרָ֗ם אָנֹכִי֙ מָגֵ֣ן לָ֔ךְ שְׂכָרְךָ֖ הַרְבֵּ֥ה מְאֹֽד׃ 2 וַיֹּ֣אמֶר אַבְרָ֗ם אֲדֹנָ֤י יֱהוִה֙ מַה־תִּתֶּן־לִ֔י וְאָנֹכִ֖י הוֹלֵ֣ךְ עֲרִירִ֑י וּבֶן־מֶ֣שֶׁק בֵּיתִ֔י ה֖וּא דַּמֶּ֥שֶׂק אֱלִיעֶֽזֶר׃ 3 וַיֹּ֣אמֶר אַבְרָ֔ם הֵ֣ן לִ֔י לֹ֥א נָתַ֖תָּה זָ֑רַע וְהִנֵּ֥ה בֶן־בֵּיתִ֖י יוֹרֵ֥שׁ אֹתִֽי׃ 4 וְהִנֵּ֨ה דְבַר־יְהוָ֤ה אֵלָיו֙ לֵאמֹ֔ר לֹ֥א יִֽירָשְׁךָ֖ זֶ֑ה כִּי־אִם֙ אֲשֶׁ֣ר יֵצֵ֣א מִמֵּעֶ֔יךָ ה֖וּא יִֽירָשֶֽׁךָ׃ 5 וַיּוֹצֵ֨א אֹת֜וֹ הַח֗וּצָה וַיֹּ֙אמֶר֙ הַבֶּט־נָ֣א הַשָּׁמַ֗יְמָה וּסְפֹר֙ הַכּ֣וֹכָבִ֔ים אִם־תּוּכַ֖ל לִסְפֹּ֣ר אֹתָ֑ם וַיֹּ֣אמֶר ל֔וֹ כֹּ֥ה יִהְיֶ֖ה זַרְעֶֽךָ׃ 6 וְהֶאֱמִ֖ן בּֽ͏ַיהוָ֑ה וַיַּחְשְׁבֶ֥הָ לּ֖וֹ צְדָקָֽה׃ 7 וַיֹּ֖אמֶר אֵלָ֑יו אֲנִ֣י יְהוָ֗ה אֲשֶׁ֤ר הוֹצֵאתִ֙יךָ֙ מֵא֣וּר כַּשְׂדִּ֔ים לָ֧תֶת לְךָ֛ אֶת־הָאָ֥רֶץ הַזֹּ֖את לְרִשְׁתָּֽהּ׃ 8 וַיֹּאמַ֑ר אֲדֹנָ֣י יֱהוִ֔ה בַּמָּ֥ה אֵדַ֖ע כִּ֥י אֽ͏ִירָשֶֽׁנָּה׃ 9 וַיֹּ֣אמֶר אֵלָ֗יו קְחָ֥ה לִי֙ עֶגְלָ֣ה מְשֻׁלֶּ֔שֶׁת וְעֵ֥ז מְשֻׁלֶּ֖שֶׁת וְאַ֣יִל מְשֻׁלָּ֑שׁ וְתֹ֖ר וְגוֹזָֽל׃ 10 וַיִּֽקַּֽח־ל֣וֹ אֶת־כָּל־אֵ֗לֶּה וַיְבַתֵּ֤ר אֹתָם֙ בַּתָּ֔וֶךְ וַיִּתֵּ֥ן אִישׁ־בִּתְר֖וֹ לִקְרַ֣את רֵעֵ֑הוּ וְאֶת־הַצִפֹּ֖ר לֹ֥א בָתָֽר׃ 11 וַיֵּ֥רֶד הָעַ֖יִט עַל־הַפְּגָרִ֑ים וַיַּשֵּׁ֥ב אֹתָ֖ם אַבְרָֽם׃ 12 וַיְהִ֤י הַשֶּׁ֙מֶשׁ֙ לָב֔וֹא וְתַרְדֵּמָ֖ה נָפְלָ֣ה עַל־אַבְרָ֑ם וְהִנֵּ֥ה אֵימָ֛ה חֲשֵׁכָ֥ה גְדֹלָ֖ה נֹפֶ֥לֶת עָלָֽיו׃ 13 וַיֹּ֣אמֶר לְאַבְרָ֗ם יָדֹ֨עַ תֵּדַ֜ע כִּי־גֵ֣ר יִהְיֶ֣ה זַרְעֲךָ֗ בְּאֶ֙רֶץ֙ לֹ֣א לָהֶ֔ם וַעֲבָד֖וּם וְעִנּ֣וּ אֹתָ֑ם אַרְבַּ֥ע מֵא֖וֹת שָׁנָֽה׃ 14 וְגַ֧ם אֶת־הַגּ֛וֹי אֲשֶׁ֥ר יַעֲבֹ֖דוּ דָּ֣ן אָנֹ֑כִי וְאַחֲרֵי־כֵ֥ן יֵצְא֖וּ בִּרְכֻ֥שׁ גָּדֽוֹל׃ 15 וְאַתָּ֛ה תָּב֥וֹא אֶל־אֲבֹתֶ֖יךָ בְּשָׁל֑וֹם תִּקָּבֵ֖ר בְּשֵׂיבָ֥ה טוֹבָֽה׃ 16 וְד֥וֹר רְבִיעִ֖י יָשׁ֣וּבוּ הֵ֑נָּה כִּ֧י לֹא־שָׁלֵ֛ם עֲוֺ֥ן הָאֱמֹרִ֖י עַד־הֵֽנָּה׃ 17 וַיְהִ֤י הַשֶּׁ֙מֶשׁ֙ בָּ֔אָה וַעֲלָטָ֖ה הָיָ֑ה וְהִנֵּ֨ה תַנּ֤וּר עָשָׁן֙ וְלַפִּ֣יד אֵ֔שׁ אֲשֶׁ֣ר עָבַ֔ר בֵּ֖ין הַגְּזָרִ֥ים הָאֵֽלֶּה׃ 18 בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא כָּרַ֧ת יְהוָ֛ה אֶת־אַבְרָ֖ם בְּרִ֣ית לֵאמֹ֑ר לְזַרְעֲךָ֗ נָתַ֙תִּי֙ אֶת־הָאָ֣רֶץ הַזֹּ֔את מִנְּהַ֣ר מִצְרַ֔יִם עַד־הַנָּהָ֥ר הַגָּדֹ֖ל נְהַר־פְּרָֽת׃ 19 אֶת־הַקֵּינִי֙ וְאֶת־הַקְּנִזִּ֔י וְאֵ֖ת הַקַּדְמֹנִֽי׃ 20 וְאֶת־הַחִתִּ֥י וְאֶת־הַפְּרִזִּ֖י וְאֶת־הָרְפָאִֽים׃ 21 וְאֶת־הֽ͏ָאֱמֹרִי֙ וְאֶת־הֽ͏ַכְּנַעֲנִ֔י וְאֶת־הַגִּרְגָּשִׁ֖י וְאֶת־הַיְבוּסִֽי׃   ס